זונטאג פ' ראה • כ"א אב תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדעיר קרעדיט: איתי קצב
כ"ק אדמו"ר מוויזניץ קייאמישע שליט"א וואס איז צוגאסט אין ארץ ישראל לכבוד די חתונה פון א אייניקל איז פאריגן דינסטאג ביום החופה, אנגעקומען אויפן בית החיים זכרון מאיר אין בני ברק אויף א תפילת רבים אינעם אוהל הקדוש פון אדמור"י בית וויזניץ, מען האט געזאגט ספר שלישי און רביעי שבתהילים מיט גרויס התעוררות, און דערנאך קל מלא רחמים, דאן האט די רבי געליינט די כוללות קוויטל פון די בחורי הישיבות הקדושות וועלכע האבן זיך אויסגעצייכנט מיט לימוד שעות רצופות כהכנה דרבה צו די שמחה, און האבן אין ליכט פונעם מלחמה אין ארץ ישראל נישט געקענט מיטפארן אויף די נסיעה.
Comentários