top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

נקדמה פניו: האד' מוויזניץ מאנסי נעמט אונטער ביקור הוד אין לאנדאן להחזקת מוסדותיו הק'

דאנערשטאג פרשת שמיני • כ"ו ניסן תשפ"ה | בחצרות הקודש

 

ברגשי התרוממות גרייטן זיך חסידי וויזניץ תושבי לאנדאן מקבל פנים צו זיין דעם אורח הדגול פון אמעריקע, דער גדול האחים לבית וויזניץ, כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א, וועלכער וועט מופיע זיין בשערי העיר און אפרעכטן א ביקור הוד די קומענדיגע וואך מיט'ן ציל אויפצוטרייבן געלטער פאר החזקת מוסדותיו הק', ממלכת החינוך אין שטאט מאנסי.


אינעם הויכפונקט וועלן וויזניצער חסידים אין לאנדאן זוכה זיין מיטצולעבן יום שבתון אין לשכוח, א געהויבענער שבת בצלא קדישא פונעם גרויסן גאסט, וועלכער וועט מעריך זיין דעם גאנצן שבת בצוותא חדא מיט'ן ברודער כ"ק אדמו"ר מוויזניץ לאנדאן שליט"א, והנה מה טוב ומה נעים שבת אחים גם יחד.


די אכסניא של תורה וועט זיין בבית הנגיד ר' שלום זושא פעלדמאן, א זון פונעם אומפארגעסליכן וויזניצער גענעראל, הנגיד החסיד ר' חיים משה פעלדמאן ז"ל מגדולי תומכי בית וויזניץ.


דורכאויס די וואך וועט דער רבי שליט"א ארומגיין בבתי נדיבים בעם און אפרעכטן עטליכע מסיבות און דינערס, בהשתתפות אחיו האדמו"ר מוויזניץ לאנדאן, לעורר נדיבי לב צו נעמען א חלק בהחזקת המסודות, ווי אויך וועלן באשטימט ווערן ספעציעלע זמני כניסה אין לויף פון די וואך אריינצוגיין בקודש פנימה און מקבל זיין עצה וברכה.


על אם הדרך, אויפן וועג קיין לאנדאן איז פארהאן א פלאן אז דער רבי זאל אפשטאטן אין שטאט וויען - עסטרייך, אויף א בליץ באזוך פון עטליכע שעה, וואו עס ווערט געפלאנט א סעודת ראש חודש און א געלט אקציע לטובת די מוסדות.


Comments


bottom of page