מוצאי שבת לך לך • ח' חשון תשפ"ה | בחצרות הקודש
די וואך איז אפגעראכטן געווארן א מסיבת שבע ברכות במעון קדשו פון מרן פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א בעל 'תשובות והנהגות' לרגל די חתונה פון א איר אייניקל ביים גאון, וועלכע האט זיך נישט געקענט משתתף זיין ביי די חתונה מפאת חולשתו. ביי די שמחה האבן זיך אנגעזעהן כ"ק האדמורי"ם מלעלוב - סקולען ירושלים און די חברי בד"ץ העדה החרדית הגאון רבי שמעון יצחק שליזינגר און הגאון רבי שלמה יהודה הירש שליט"א.
אין אנדערע נייעס האט די וואך באזוכט ביים פוסק הדור הגה"צ רבי יצחק מאיר מארגנשטערן האד' מתורת חכם, וואו עס איז דערביי פארפירט געווארן א שיינעם שמועס בדברי תורה וסיפורי צדיקים.
Comments