top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אלפי תושבי עיר בארא פארק ביים דינער לטובת 'כולל חיבת ירושלים' שיקט חיזוק כוואליעס צו די ירושלימער געסאלעך

מאנטאג פ' בהעלותך • י"א סיון תשפ"ד | בחצרות הקודש‎

 

הונדערטער תושבי בארא פארק זענען דעם פארגאנגענעם ליל שישי ארויסגעקומען ביים יערליכן דיננער 'מדור לדור' למען בני ציון היקרים לטובת די מסורה'דיגע צדקה קאסע פון כולל חיבת ירושלים לצדקת רמבעה''נ. די דיננער איז פארגעקומען אין די ריזן עטרת גאלדא זאלן אין שפיץ די רבני ודייני העיר ובראשם די נשיאי הכולל מנהיגי עדת ישורון כ''ק מרנן האדמורי''ם מבאבוב און צאנז קלויזענבורג שליט''א וועלכע האבן באשיינט דעם אויבן אן און א לענגערע צייט פארברענגט אינאיינעם בנועם שיח.


א רייכע סעודה איז סערווירט געווארן לכל הקהל הקודש, באגלייט מיט פרקי שירה וזמרה דורך דער טאלאנטפולער בעל מנגן ר' יעקב דאסקאל פון ארץ ישראל אין די שריה קאר, אלטס יושב המעמד האט אויפגעטרטן הרב מרדכי יעקב ראזען וואס האט באגייסטערט דעם ציבור מיט שיינע און בליציגע רעיונות, אנהייב פונעם מעמד האט הגה"צ אב"ד ראצפערטא שליט"א פארגעזאגט במעמד קהל רב פרקי תהילים לזכות רפואת מחותנו כ"ק אדמו"ר מקאסוב שליט"א מחשובי רבני העיר. דער מנהל הכולל הרב ישכר בעריש רובין מדאמבראווא האט איבערגעגעבן דעם דבר רבי מאיר און א גרוס מהנעשה והנשמע אונטער די צדקה פושקעס. אלס נואם הכבוד האט אויפגעטרעטן הרה"ג רבי מרדכי שיף שליט"א זוהן פון הגה"צ גאב"ד אנטווערפען שליט"א, וועלכער האט אויפגעפלאמט די הערצער איבער די געוואלדיגע סגולה וואס איז געווען קודש קדשים ביי אלע פריערדיגע צדיקים כידוע, צו שטיצן עניי ארץ הקודש לצדקת רבי מאיר בעל הנס.


באזונדער איז געהערט געווארן דברי זיכרון אין אנדענק פון די חשובע גבאי הכולל וועלכער זענען ליידער נעדר געווארן דעם יאהר, הרה"צ רבי אברהם יהושע העשיל שפירא זצ"ל בן האד' מנאראל, און הרה''ח ר' מענדיל קרעש ע"ה מחשובי חסידי צאנז קלויזענבורג.


נאך די דברי זכרון דורכן זון הרה"ג ר' שמאול אלטר שפירא משפיע בקהית בעלזא מאנסי האבן די קינדער למשפחת שפירא הנכבדה ערהאלטן די פרס 'נזר נחלת אבות' לכבודו פון זייער חשובע אומפארגעסליכע טאטע. צום שלוס פונעם מעמד האט אויפגעטראטן הגה''צ ר' אברהם מאיר הלברשטאם מו"ץ בק"ק סאטמאר בארא פארק זוהן פון הגה''צ ר' זלמן הלברשטאם זצ"ל אב''ד טשאקאווא וחבר וועד הכולל וואס איז אויפגענימען געווארן אלס חבר וועד הכולל במקומו פון זיין גרויסן טאטן די טשאקאווא רב.



Comments


bottom of page