דינסטאג וירא • י"א חשון תשפ"ה | בחצרות הקודש
הגאון הגדול רבי מיכל זילבער ראש ישיבת זוועהיל וואס איז אנגעקומען אויף א ביקור חיזוק אין ניו יארק האט דעם דאנערשטאג באזוכט ביי כ''ק האדמו''ר מסאטמאר שליט''א, וואו עס איז פארצויגן געווארן א שיינעם תורה'דיגן שמועס און דער רבי האט זיך אינטערסירט אין זיין הרבצת התורה, און ארומגעשמועסט איבער די חרדישע ישוב אין טבריה, און איבער די גזירה פון גיוס בני ישיבות בארץ הקודש. פריער אין טאג האט דער זוועהילער ראש ישיבה באזוכט ביי כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א.
Comments