top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

פייערליכע מעמד הכנסת ספר תורה פון האד' ממודזיץ בעיצומו של יום ל"ג בעומר

מיטוואך פ' במדבר • כ"ח אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר


חסידי ואוהדי מודזיץ האבן מיטגעלעבט פרייליכע און געהויבענע שעה'ן של עוז וחדוה, כולם נקבצו ובאו לשמוח בשמחת התורה ושמחת היום, ווען עס איז געפייערט געווארן בעיצומו של יום ל"ג בעומר דער גרויסארטיגער חגיגת הכנסת ספר תורה פון כ''ק האד' ממודזיץ שליט''א וועלכע האט מקיים געווען דעם 'ועתה כתבו לכם את השירה הזאת', אויף א פריוואטע ספר תורה וואס וועט ווערן אריינגעגעבן לביתו נאווה קודש.


אין די נאכמיטאג שעהן איז די רבי שליט"א ערשינען אינעם אלטן ביהמ"ד אויף אמירת ספר רביעי שבתהילים ברוב עם, נאך תהילים האט די רבי אריינגעשריבן די לעצטע אותיות אינעם ספר תורה, און דערנאך איז די ספר תורה ארויס צום ריכטונג פונעם ביהמ''ד הגדול והחדש, וואו דער ריזן ציבור האט באגלייט דעם ספר תורה מיט א תנועה של שמחה.


מה נהדר היה המראה ווען די רבי שליט"א איז ערשינען אין ביהמ''ד מיטן ספר תורה, און האט ענטפאנגען מיט התרגשות מורו ורבו הגאון הגדול רבי ברוך דב פוברסקי ראש ישיבת פונוביז וועלכע האט זיך מטריח געווען בטירחיה דגברא רבה צו באשיינען די מעמד, די רבי מיטן ראש ישיבה האבן זיך ספאנטאן ארויסגעלאזט אין א ריקוד נלהב וואס האט ארומגענימען דעם גאנצן ציבור אין גרויס התרגשות. נאך די ריקודין אין ביהמ"ד האט די רבי פארגעזאגט 'לדוד מזמור' און מזמור לדוד בקול חוצב להבות אש, און אריינגעפירט דעם ספר תורה צום ארון הקודש מיט טענץ אין געזאנג.


דאן האט די רבי צוגעטראטן צום מעמד ההדלקה לכבוד התנא האלוקי רבן שמעון בר יוחאי אינעם היכל ביהמ"ד, די רבי האט מדליק געווען די מדורה לקול תרועת הזמר, און מען האט געזינגען די פזמונים לכבוד היום, בשעת די ריקודין האט זיך די רבי ארויסגעלאזט אין א געהויבענע ברודערליכע ריקוד מיטן ברודער כ"ק האדמו"ר מקוזמיר שליט"א.


דערנאך איז פארגעקומען די מעמדי החאלאקע'ס וואו די רבי האט אויך אפגעשוירן אן אייניקל א זון פון זיןן איידעם הרה"צ רבי יחיאל יהושע האגער בן כ"ק אדמו"ר מסערט וויז'ניץ שליט"א, דערנאך האט זיך די רבי געוואשן צום סעודה לכבוד היום ולגומרה של תורה, ווי די רבי האט משמיע געווען מדברות קדשו בעניני דיומא.



















Opmerkingen

Opmerkingen zijn niet geladen
Het lijkt erop dat er een technisch probleem is opgetreden. Probeer nogmaals verbinding te maken of de pagina te vernieuwen.
bottom of page