דאנערשטאג פ' מקץ • כ"ה כסלו תשפ"ה | בחצרות הקודש
מיט גרויס פרייד ווערט אויפגענומען די בשורה מרנינה ביי חסידי ואוהדי ק"ק אמונת ישראל אין ארץ ישראל, איבער א געהויבענע מסע הקודש וואס הגה"צ רבי שמואל יהודה זילבער אבד"ק אמונת ישראל וועט אונטערנעמען קיין ארה"ק, צום ערשטן מאל נאכ'ן איבערנעמען די כס ההנגה.
דאס קומט נאך מערערע הפצרות דורך די חברי הקהילה פון ארץ ישראל, וואס קוקן ארויס שוין זינט פטירת רבם ומאורם הגה"צ רבי משה וואלפסאן זצ"ל אב"ד אמונת ישראל, אז נכדו חביבו וואס איז נתמנה געווארן על פי צוואתו אלס ממלא מקומו בקודש אין שטאט בארא פארק, זאל באזוכן בקרב בני הקהילות אין ירושלים און ביתר, און אצינד איז דער רב שליט"א נעתר געווארן לבקשתם, ספעציעל נאכדעם וואס עס האט זיך פארבינדן מיט'ן רב הרה"ג ר' שמואל דוד הארט שליט"א רב ק"ק אמונת ישראל אין ביתר עילית, וועלכע האט אויסגעדרוקט די תשוקה עזה וואס דער ציבור האט לראות את מלכם, און וועט אפרעכטן א לענגערע ביקור מרומם וואו ער וועט באזוכן און פראווען שבתים נשגבים בקרב הקהילות אין ביידע שטעט.
דער ערשטער שבת פרשת ויחי וועט פארקומען בקרב הקהלה אין שטאט ביתר, און דער צווייטער שבת פרשת שמות, דער ערשטע שבת פון די געבויבענער שובבי"ם וואכן וועט דער רב שליט"א אפרעכטן אויף א גרויסן פארנעם בקרב הקהלה אין ירושלים.