top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מפינסק קארלין ביי הדקלת נרות חנוכה בין כותלי ישיבתו אין שטאט בני ברק

מיטוואך פ' ויגש • א' טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר

 

דינסטיג נר ו' דחנוכה האבן די תלמידים פון די נייע פינסק קארלינער ישיבה 'היכל אברהם אלימלך' אין בני ברק, זוכה געוועהן אז כ"ק אדמו"ר מפינסק קארלין שליט"א האט אפגעראכטן די מעמד הדלקת נר חנוכה בין כותלי הישיבה. א גרויסן ציבור וחסידי ומעריצי פינסק קארלין און פילע תושבי העיר האבן מיטגעהאלטן די מעמד, אנגעהויבן מיט די פייערדיגע ברכות בשלהבת אש, די זמירות שירות ותשבחות און דברי תורה לכבוד היום. נאכן ליכט צינדן האט דער רבי מעריך געוועהן שולחנו הטהור לכבוד ראש חודש אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה, וואו דער רבי האט משמיע געוועהן גאר יסודות'דיגע דברות קודש מעניני דיומא און דברי הדרכה פאר די בחורי חמד.




















Comments


bottom of page