דאנערשטאג פ' תזריע • ג' ניסן תשפ"ד | בחצרות הקודש
פארלאפענעם דינסטאג ראש חודש ניסן העעל"ט, איז אין א מזל'דיגע שעה באנייעט געווארן דעם נייער פראכטפולער בית גדול וקדוש, ביהמ"ד "בניני יאקאבאוויטש" דקהל יטב לב דסאטמאר בשכונת בלומינגראוו אין קרית יואל, וואס וועט דינען אלס תל תלפיות פאר די הערליכע בליענדע שכונה מיט אירע הונדערטער תושבים תלמידי וחסידי סאטמאר. דער היסטארישער מאורע איז באשיינט געווארן דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א וועלכער איז ספעציעל ארויסגעקומען קיין קרית יואל אינאיינעם מיט בנו בכורו הגה"צ אבד"ק סאטמאר ירושלים שליט"א, די חגיגה איז אפגעראכטן געווארן מיט געהויבענע תפילות צום ערשטן מאל און א מסיבה מפוארה לכל המסובים.
מיט דברי פתיחה האט אויפגעטראטן הר"ר יואל שווארטץ הי"ו מלמד אין די מוסדות אין וויליאמסבורג, ער האט אויפגערופן דער דומ"ץ הביהמ"ד הרה"ג רבי שמואל לייטנער שליט"א וועלכער האט איבערגעגעבן דברי ברכה לכבוד המאורע אין משבח געוועהן דער נדבן הביהמ"ד הרבני הנגיד ר' אברהם בער יאקאבאוויטש הי"ו ראש הקהל דקהל יטב לב סאטמאר, וואס האט געלאזט בויען אזא שיינעם מקדש מעט. דאן האט מען געהאט די זכיה צו הערן דברות קודש פונעם רבי'ן שליט"א, די רבי האט אנגעהויבן מענין מורא מקדש און דערנאך דערמאנט דעם אומפארגעסליכן נדיב הרה"ח ר' יעקב נחמיה יאקאבאוויטש ז"ל וועלכע האט נאך מקדיש געוועהן א פאנטאסטישע סומע געלט פארן אויפבוי פונעם נייעם ביהמ"ד הגדול אין שטאט וויליאמסבורג וואס מען האט נאכנישט זוכה געוועהן אויפצובויען דעם ביהמ"ד, דערווייל אבער - האבן זיך אויפגעבויעט א געוואלד מיט בנינים - טאקע על שמו ולזכו, אין דעם פרעכטיגן בנין בתוכם.
נאכן דרשה פונעם רבינס זוהן הגה"צ אבד"ק סאטמאר ירושלים שליט"א איז די רבי ארויס פון ביהמ"ד באגלייט מיטן נדבן וואו די רבי האט קובע געוועהן די מזוזה ביים אריינגאנג פון ביהמ"ד און ווארעם אנגעוואונטשן דעם נדבן ר' אברהם בער און זיין ברודער הנגיד ר' דוד לייבוש יאקאבאוויטש הי"ו.
Bình luận