top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בארא פארק: געהויבענער שבת מיט האד' מקארלין סטאלין נאכגעפאלגט מיט 'הנחת אבן הפינה' פאר נייע סטאלינער ביהמ"ד

מאנטאג פ' ויצא • א' כסלו תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN

 

חסידי קארלין סטאלין אין אמעריקא זענען נאך אונטערן טיפן רושם, נאכן מיטלעבן דערהויבענע טעג בצילא דמהימנותא פון מורם ורבם כ"ק אדמו"ר מקארלין סטאלין שליט"א וועלכע איז אנגעקומען אויף א קורצע באזוך בקרב חסידיו, און האט געפראוועט דעם שבת אויף א גרויסע פארנעם אין שטאט בארא פארק, וועלכע האט נאכגעפאלגט מיט די היסטארישע מעמד 'הנחת אבן הפינה' פארן נייעם פינת יקרת ביהמ"ד הגדול דחסידי קארלין סטאלין אין בארא פארק.


אויף שבת זענען געקומען צו פארן צענדליגע חסידים פון איבער גרעיטער ניו יורק, וועלכע רעכנט אריין מאנסי, לעיקוואוד, דזשעקסאן און אויך עטליכע חסידים וועלכע וואוינען שוין אין די נייע סטאלינער יישוב אין האוועל ניו דזורסי. די תפלות און טישן זענען געפראוועט געווארן מיט די באטיילעגונג פון טויזענטער חסידים ותושבי העיר אין די גיגאנטישע 'פאלאס' זאלן אין בארא פארק.


ערב שבת ביים זמן הדלקת הנרות איז דער רבי ערשינען צו מנחה אין זאל, וועלכע איז געווען מלא על כל גדותיו מיט הונדערטע חסידים און ספעציעלע דעזיגנירטע פלעצער פאר די ילדי תשב"ר אויף די פארענטשעס. נאכן דאווענען איז דער גאנצע ציבור אריבער וואונטשן גוט שבת ביים רבי'ן שליט"א וועלכע האט יעדן צוריקגענטפערט במאור פניו.


מ'האט אויסגערופן אז דער רבי וועט אריינקומען צום טיש 7:40. זיבן דרייסיג איז דער רבי אריינגעקומען צום טיש און טועם געווען א כזית חלה און מ'האט אנגעהויבן 'כל מקדש' אויף די קארלינער נוסח, נאכגעפאלגט מיטן זמר 'מה ידידות'. דאן האט דער רבי געטרינקען וויין און דער ציבור איז אריבער וואונטשן לחיים.


נאכן לחיים געבן האט מען ווייטער ממשיך געווען די זמירות. נאך די זמירות האט מען אריינגעברענגט עפל קוגל כנהוג און דער רבי האט טועם געווען. אויך האט מען אריינגעברענגט באנדלעך לרגל עטליכע שלום זכר'ס ביי די חסידים און דער רבי האט טועם געווען. דער רבי האט געבענטשט על הכוס און דערנאך איז מען געטאנצן א ניגון שמחה א לענגערע צייט און דער רבי האט פארלאזט די זאל.


אויפן וועג אהיים האט א גרויסע ציבור אהיימבאגלייט דעם רבי'ן לביתו נאוה קודש.


שבת צופרי האט מען זיך געשטעלט דאווענען 8:00 אזייגער. אינמיטן פסוקי דזמרה איז דער רבי ארויס פון ביהמ"ד און ארינשפאצירט אין די ספעציעלע דעזיגנירטע צימער פאר 'חדר הקאווע' ווי פארשטענדליך האט דער ציבור וואס האט זיך דארט געפונען - פארלאזט דאס ארט. שפעטער פאר נשמת איז דער רבי ווידער ארויס פון ביהמ"ד כמנהגו און איז נאכאמאל אריבער דעם 'חדר הקאווע'.


נאכן דאווענען איז פארגעקומען א קידוש, מ'האט געזינגען 'אסדר' כנהוג און א ניגון שמחה און דער ציבור איז אריבער וואונטשן לחיים.


צו מנחה און שלש סעודות איז דער רבי אריינגעקומען עטליכע מינוט נאכן זמן הדלקת הנרות, און תיכף נאך מנחה האט זיך דער רבי געוואשן צו שלש סעודות. מ'האט געזינגען די זמירות ווי יעדער וואך און דער רבי האט געבענטשט על הכוס. נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה ברבים.


מוצאי שבת אכט אזייגער פונקטלעך איז דער רבי ערשינען אויפן בימת הכבוד וועלכע איז געווען אויסגעשטעלט פארנט פונעם שטח הבני', לענגאויס די 16'טע עוועניו און די 46'סטע גאס. קעגן איבער דעם בימת הכבוד איז געווען מייסטערהאפטיג אויסגעשטעלט הויעכ-שטאקיגע פארענטשעס פאר די בחורים און יונגעלייט און זיץ-ערטער פאר די זקני ונכבדי העדה.


דער רבי האט זיך באגריסט מיט די רבנים אויפן אויבן-אן און זיך אוועקגעזעצט אין צענטער, און מ'האט געזינגען די 'אליהו'ס' כנהוג אום מוצאי שבת. מ'האט ממשיך געווען צו זינגען נאך עטליכע זמירות למוצאי שבת, ווען אינצווישן טוט זיך דער רבי באגריסן מיט מערערע אדמורי"ם ורבנים ודיינים פון שטאט, וועלכע זענען זיך געקומען באטייליגן ביים מעמד אדיר.


הרה"ג ר' לייבל וואלפין שליט"א מנהל רוחני פון ישיבת קארלין סטאלין האט דערציילט א סיפור פון הרה"ק בעל שר שלום מבעלזא זי"ע בשעת'ן בויען דעם בעלזא שול אין שטאט בעלזא און דאן האט הגה"צ ר' יעקב ברוך לעדערייך שליט"א אב"ד קארלין סטאלין ב"פ פארגעליינט די 'מגילת היסוד' און צווישן אנדערע ארויסגעברענגט אז די נייע שול וועט זיין א המשך צו די יסוד וואס אדמור"י בית קארלין סטאלין האבן אויפגעשטעלט אין אמעריקא נאכן קריג און האט אויך נאכגעזאגט א מימרא פונעם רבי'ן זצ"ל וועלכע האט זיך אויסגעדרוקט אז אין בארא פארק וועט זיין א שול, 'אבער א שול'!


א סקרוך פון התרגשות האט ארומגענומען דעם פיל-קעפיגן ציבור, ווען כ"ק אדמו"ר מקארלין סטאלין שליט"א האט זיך אויפגעשטעלט און האט צוגעטראטן אריינצוגיסן דעם 'אבן הפינה', באגלייט מיט א מארש ניגון כנהוג. דער רבי האט געגאסן די צעמענט און אריינגעווארפן מטבעות כנהוג און אויך אריינגעשטעלט די מגילת היסוד.


דאן האט דער רבי מכבד געווען צו גיסן גיסו הגה"צ אב"ד קארלין סטאלין ב"פ און בנו הגה"צ ר' אהרן שוחט שליט"א רב חסידי סטאלין בארא פארק. דאן איז דער ציבור אריבער וואונטשן לחיים ביים רבי'ן שליט"א און מ'האט ארויסבאגלייט דעם רבי'ן מיט א ניגון שמחה. נאכן מעמד איז געווען א געלעגנהייט פאר אלע חסידים פרעזענליך אריינציגסן צימענט פארן אבן הפינה.


צווישן די פילע אדמורי"ם ורבנים וואס האבן זיך באטייליגט ביים מעמד, האבן זיך אנגעזען: האדמורים מראחמיסטריווקא , טשערנאביל, וויזניץ ירושלים און אונגוואר, ראש ישיבת באבוב און הרב חיים שלום האלבערשטאם בשליחות האדמו"ר מבאבוב, הרבנים מנטעי גבריאל, נירבאטור, אייזענשטאט, פאליענע, ליפשא, מטה אפרים, באיאן ב"פ, הגאון ר' יחיאל מיכל שטיינמעץ דומ"ץ סקווירא ב"פ, הגאון ר' בנימין לאנדא דומ"ץ טאהש ב"פ, הגאון ר' יצחק זלמן גיפס אב"ד ברכת אברהם,  הגאון ר' יהושע העשיל קאצבורג דומ"ץ בעלזא, הגאון ר' יצחק זעלטנרייך אב"ד קערעסטיר, און נאך.






















Comments


bottom of page