דינסטאג פ' ויגש • ל' כסלו תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: ד.ה. כרם
הונדערטער אידן האבן דעם מיטוואל נאכט נר א' דחנוכה באלאגערט דעם נייעם ביהמ"ד הגדול דחסידי סקולען אין וויליאמסבורג אויף די 'סענפארד גאס' און מיטגעהאלטן דעם מעמד הדלקת הנרות דורך כ"ק אדמו"ר מסקולען וויליאמסבורג שליט"א.
ס'איז געווען א מחזה הוד צוזעענדיג דעם פיל קעפיגן ציבור וועלכע זענען געשטאנען צונויפגעפרעסט אויף די הויעך שטאקיגע פארענטשעס פון אלע דריי זייטן פונעם נייעם היכל הגדול, און זיך דערווארעמט דביקות'דיגע שעה'ן פון זמירות ותשבחות אינעם הייליגן יו"ט חנוכה.
בעפאר מעריב האט דער רבי ממנה געווען בנו הגדול הרה"צ ר' אליעזר זוסיא שליט"א צו קובע זיין א מזוזה ביים טיהר פונעם רבינ'ס צימער, ווי דער רבי האט געצינדען די מנורה. דאן האט דער רבי צוגעטראטן צו די עבודת הקודש להדליק את הנרות. פארן צינדן האט דער רבי געזאגט אז מ'וועט אינזין האבן ביי די ברכה פון שהחיינו, די באנייאונג פונעם נייעם ביהמ"ד הגדול והחדש.
נאכן מעמד הדלקת הנרות האט דער רבי אויפגעטראטן מיט רירענדע דברות קודש און אפגעגעבן א שבח והודאה לה' על שהגיענו עד הלום, וואס אין בלויז א קארגע חודש האט מען באוויזן בס"ד אהערצושטעלן דעם ריזן היכל במלוא יפיו והדרו לשם ולתפארת. דאן האט דער רבי געטיילט מטבעות קודש פאר די נדיבים בעם און עסקני הקהלה וואס א דאנק זייער איבערמידליכע ארבעט, האט מען געקענט גומר זיין על המוגמר און פארענדיגן דאס ביהמ"ד אויף צייטווייליג לקראת דעם יו"ט חנוכה.
Comentarios