top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

נדיבי גור נאספו: 3 מיליאן אויפגעטריבן ביי "שבת מחזיקים" פאר החזקת ביהמ"ד הגדול גור

זונטאג פ' מצורע • ו' ניסן תשפ"ד | בחצרות הקודש


א זעלטן גייסטרייכער שבת מרומם איז אפגעראכטן געווארן אויף אן ערשטמאליגן פארנעם פאר א געקליבענע צאל נגידי חצר הקודש גור, בראשות כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א אין ערד, וואו ס'איז צווישן די 35 נגידים אויפגעטריבן געווארן די אסטראנאמישע סומע פון 3 מיליאן דאלאר פאר החזקת ביהמ"ד הגדול גור, דער תל תלפיות שרבבות חסידי גור פונים אליו.


א גרויסע שאטער איז אויפגעשטעלט געווארן אינעם חצר פונעם רבי'נס אכסניא אין ערד, וואו ס'איז אפגעהאלטן געווארן די תפלות. די סעודות איז אפגעהאלטן געווארן אינעם גרויסן שטוב אינעם רבי'נס פריוואטע דירה, ווען די נגידים בעם האבן די זעלטענע זכי' צו זיין פון די פערזענליכע אוכלי שולחנו פונעם רבי'ן.


ערב שבת האט דער רבי מקדיש געווען א גאר זעלטענע ברייטע צייט אפשניט פון גאנצע "דריי שעה" אויפצונעמען די נגידים בפרטיות לעצה וברכה, ווען יעדער נדיב איז מקבל פון רבי'נס האנט א געבענטשטע עפל.


ביי די סעודה ליל שב"ק האט דער רבי מעריך געווען שולחנו הטהור מיט די נגידים פאר ארום צוויי שעה, און משמיע געווען לענגערע שיחות קודש בעניני הפרשה און פון יו"ט פסח הממשמש ובא. באזונדער האט דער רבי אסאך גערעדט איבער חודש ניסן און עניני גאולה, און ארום פארשידענע מנהגים פון פסח און ליל הסדר.


נעבן רבי'ן זענען אויף איין זייט געזיצן בנו הגה"צ רבי נחמי' אלתר שליט"א, און ביים צווייטן זייט האברך הנגיד ר' יחיאל קאהן, וועלכער האט איז ברייט בארימט מיט זיינע פילאנטראפישע נדבות לקדשי חצר הקודש גור, און האט זוכה געווען צו א קירבה יתירה אין לויף פונעם שבת, און דער רבי האט עטליכע מאל פארפירט מיט אים א שמועס דורכאויס די סעודה. ביי אלע סעודות האט די רבי שליט"א פארטיילט וויין פאר די נגידים יעדער באזונדער.


נאך די סעודה איז אפגעהאלטן געווארן א "טרונק" בראשות דעם רבי'נס זון הגה"צ רבי נחמי', וועלכער האט געהאלטן געשפאנט מיט ווארעמע שמועסן איבער אמונת חכמים און ערשטהאנטיגע סיפורים און מיטלעבענישן מן הקודש פנימה.


שבת צופרי האט מען זיך געשטעלט דאווענען פינף צו אכט, און נאך שחרית איז געווען א הפסקה פון 20 מינוט. מוסף האט מען געענדיגט פינף נאך צען פונקטליך. האלב עלף איז דער רבי ערשינען צו די סעודת היום, און די סעודה האט זיך פארצויגן פאר ארום צוויי שעה. נעבן רבי'ן איז געזיצן הנגיד ר' יענקי קליין פון ניו יארק. ביי די סעודה האט דער רבי אסאך דערציילט איבער די מסע הקודש קיין פוילן פאר ארום 40 יאר צוריק.


מנחה האט מען געדאווענט האלב זיבן, און תיכף דערויף איז געווען שלש סעודות. נאך מעריב און הבדלה איז געווען א קורצע הפסקה, און דערנאך איז פארגעקומען די גראנדיעזע מלוה מלכה. דער מנהל ר' יונתן בורנשטיין האט אויפגעטרעטן איבער די גרויסע הוצאות פונעם ביהמ"ד רונדע די יאר, און ר' אלי' חסיד האט אויפגעטרעטן מיט הרגשים פונעם שבת און באדאנקט אלע נגידים ותורמים.


דער רבי האט פארטיילט פאר אלע נגידים א פלעשל וויין און די הגדה של פסח "צמח מנחם" וואס טראגט א גרויס חשיבות ביים רבי'ן.






Comentarios


bottom of page