top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מעמד חנוכת הבית פאר נייעם פרעכטיגן בנין פון כיתה מכינה לישיבה קטנה דחסידי באבוב 45

מיטוואך פ' ויקרא • י' אדר ב' תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אחים לאנטשעווסקי


מיט גרויס פרייד האבן די תלמידים פון כיתה מכינה לישיבה דבאבוב 45 אין בארא פארק פארגאנגענעם ראש חודש אדר ב' מחנך געוועהן דעם נייעם פראכטפולע בנין וואס איז אויפגעבויעט געווארן פאר זייער חינוך הטהור אין עתיד הרוחני, לכבוד די חגיגה איז כ''ק האדמו''ר מבאבוב 45 שליט"א אנגעקומען אויף א ביקור קודש אינעם נייעם בנין צו באשיינען דעם חגיגה.


דער פרעכטיגער בנין וואס איז סטאנציאנירט אויף די זיבעצנטע עוועניו אין בארא פארק, איז אין די לעצטע תקופה ערגענצט געווארן מיט איר פולן פראכט אין שיינקייט צוצוברענגען א ריכטיגע אכסניא און הרחבת הדעת פאר די הונדערטער בחורים, תלמידים פון כתה מכינה לישיבה ד'באבוב 45 וועלעכע איז אין די לעצטערע יארן אויסגעוואקסן און אויסגעשטיגן צו זיין ווי א מוסד פאר זיך, און טוט בליען לשם ולתפארת תחת דגלו והדרכתו פון כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט''א.


אין די צופרי שעה'ן איז די רבי ערשינען אינעם בנין און באלד געקלאפט די מזוזה ביים הויפט אריינגאנג פונעם היכל הבית מדרש אינעם נייעם בנין, דערנאך האט זיך די רבי געשטעלט דאווענען שחרית מיט די תלמידי חמד, די רבי האט יורד געווען לפני התיבה צו הלל און עולה געווען רביעי, נאכן דאווענען האט די רבי געדינט אלס סנדק ביי א ברית לבן אחד מחסידיו, און דערנאך קובע געווען א מזוזה ביים טיר פונעם חדר אוכל.


נאך א קורצע צייט איז די רבי אריינגעקומען צום טיש לכבוד ראש חודש אינאיינעם מיט די מעמד חנוכת הבית, ווי מען האט ענטפאנגען את פני הקודש מיט דעם רבינ'ס ניגון 'בואו שעריו בתודה', די מנהל הרב דוד ווייס האט געעפענט די מעמד מיט א שבח והודאה אז מען האט ב"ה זוכה געווען צו באנייען דעם פראכאטפולן בנין רחבת ידיים.


דערנאך זענען אלע בחורים תלמידי כיתה מכינה לישיבה א דורך ביים רבי'ן באקומען שיריים פון די מזונות, די רבי האט מכבד געווען די מנהלים פארצוזינגען ניגונים לכבוד ראש חודש, און משמיע געווען לענגערע דברות קודש מיט דברי הדרכה פאר די בחורי חמד, נאך די דברות קודש האט די רבי מכבד געווען די פורים רב הרב בן ציון ריינהאלד צו זינגען גראמען לכבוד ראש חודש אדר, מען האט זיך אויפגעשטעלט אויף א ריקוד לכבוד המאורע, און די רבי האט געבענטשט על הכוס.


נאכן טיש האבן די מנהלי המוסדות ארומגעוויזן פארן רבי'ן אלע צימערן אינעם נייעם בנין און אזוי אויך די גרויסע נייע קאמערציעל קאך אינעם בנין וואס וועט דינען די טויזנטער תלמידי המוסדות אין בארא פארק, און די רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו פאר אלע חשובע מנהלים און עסקנים זיי זאלן ווייטער מצליח זיין בעבודת הקודש.

























Comments


bottom of page