top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

השתדלו והרבו תחינה: האד' מבארניב אפגעפירט אין שפיטאל נאכן צוזאמפאלן ביי שבת של שמחה אין קייאמישע

מוצאי שבת פ' ויחי • י"א טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש

 

די וואך שבת איז כ"ק אדמו"ר מבארניב שליט"א אריינגענימען געווארן אין שפיטאל, אין א סטאבילע צושטאנד נאך וואס דער רבי ליידט פון א שווערע אינפעקציע. דער רבי שליט"א איז געוועהן צוגאסט אויף שבת אין קרית וויזניץ קייאמישע לרגל די שבת באווארפן פון א אייניקל, שבת צופרי האט זיך דער רבי ערוועקט מיט שווערע יסורים און איז קורצליך דערויף צוזאמגעפאלן און פארלוירן דאס באוואוסטזיין. די הצלה האבן אריינגעפירט דעם רבי'ן שליט"א צו די קאלאמביע שפיטאל וואו מען האט אנטדעקט א שווערע אינפעקציע און באהאנדעלט דעם רבי'ן שליט"א.


דער רבי וועט האפענטליך היינט ווערן באפרייט לביתו נאווה קודש אין מאנסי און וועט די קומענדיגע תקופה אריינפארן אויף א רונדע באהאנדלונגען און טעסטס למען בריאת גופו, דער ציבור איז מתפלל לרפואתו השלימה, מרן צבי אלימלך בן הינדא בתוך שאר חולי ישראל.

והן אל כביר לא ימאס תפילת רבים.

Comments


bottom of page