דאנערשטאג פ' ויצא • י' כסלו תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: שוקי לרר - בחדרי חרדים
טויזענטער חסידים ואנשי מעשה האבן זיך דעם דינסטאג מיטגעפרייט ביי די גרויסע שמחת החתונה בחצר הקודש תורת חכם אשלג, ווען כ"ק אדמו"ר הרה"צ רבי איטשע מאיר מארגענשטערן שליט"א מתורת חכם האט חתונה געמאכט זיין צווייטע און יונגסטע קינד, מיט די כלה א טאכטער פון כ"ק אדמו"ר מאשלג פון אבן עזרא.
די גרויסע חתונה איז פארגעקומען אינעם ריזן עוועניו זאל אין שטאט לוד, און על פי פקודת הקודש פונעם רבי'ן אז די חופה זאל פארקומען אין א חרדישער ישוב, איז די מעמד קבלת פנים און חופה פארגעקומען אינעם דערנעבענדיגן כפר חב"ד, וואו עס האט זיך שוין אנגעזעהן די באטייליגונג פון הונדערטער חסידים און פילע געסט פון חוץ לארץ.
ביי די קבלת פנים האט הרב מענדיל יאקאב אויפגעטרעטן מיט גראמען דברי כיבושין, ביים חופה זענען מכובד געווארן מיט סידור קידושין הגאון הגדול רבי מיכל זילבער ראש ישיבת זוועהיל, מיט קריאת הכתובה איז מכובד געווארן הגה"צ המקובל רבי יצחק משה ארלנגר שליט"א. די ברכות זענען צוטיילט געווארן צווישן די מחותן מצד החתן כ"ק אדמו"ר מקוזמיר שליט"א, די מקובלים הגה"צ המקובל רבי מרדכי שיינבערגער רב אור הגנוז, כ"ק אדמו"ר מקאמרנא שליט"א, הגה"צ המשפיע רבי ניסן דוד קיוואק שליט"א ממשפיעי ברסלב, און מיט ברכה אחריתא איז מכובד געווארן די מחותן אבי הכלה כ"ק אדמו"ר מאשלג שליט"א, נאכן חופה האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע מחול לצדיקים, דערנאך האבן די געהויבענע מחותנים האדמורי"ם שליט"א אנגעוונטשן מברכות קדשם לכל העם הנאספים, און די הונדערטער חסידים און משתתפים האבן ממשיך געווען מיט פרייליכע ריקודים ברחובה של עיר.
נאכן חופה איז מען דורך וואונטשן מזל טוב פאר די מחותנים האדמור''ים, אין עס איז געווען צוגעשטעלט א ריזן פלאטע פון באסעס צו פירן דעם גאנצן ציבור צום זאל אין שטאט לוד, וואו עס איז געווען צוגעגרייט א גאר רייכע סעודה כיד המלך פאר כל הקהל הקודש, און באזונדערע זיץ פלעצער איז געווען צוגעשטעלט לכבודם פון די הונדערטער געסט פון אויסלאנד וואס זענען געקומען זיך מיטפרייען בשמחתו הגדולה פונעם משפיע און מקובל הגה"צ ר' איטשע מאיר שליט"א.
דורכאויס די גאנצע שמחה האבן געשטראמט פילע אידן זקנים עם נערים, אדמורי"ם רבנים ראשי ישיבות און מקובלים פון אלע שיכטן און קרייזן, מיט וועם דער חשובער משפיע האלט אן א גאר נאנטע קשר ווי באקאנט. צווישן אנדערע האט זיך אנגעזעהן האדמורי"ם ממאחנובקא בעלזא, מודזיץ, קוזמיר, סטריקוב, און נאך פילע רבנים ואנשי שם.
אויפן מוזיק פלאטפארמע האבן מהנה געווען א צאל בעלי מנגנים פון איבער די וועלט, הרב מאיר אדלער הרב יענקי דאסקאל, די באקאנטע זינגערס פון אמעריקע ר' מרדכי ווערדיגער און ר' בערי וועבער, און אינמיטן טאנצן האט הרה"צ רבי איטשע מאיר זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע ריקוד מיטן לעגענדארן פילאנטראפ ר' לואי שיינער, מגדולי התומכים פון מוסדות תורת חכם.
דער אבי הכלה כ"ק אדמו"ר מאשלג האט מכבד געווען דעם מחותן אבי החתן כ"ק אדמו"ר מתורת חכם צו בענטשן על הכוס, דערנאך האט בדחנא דמלכא הרב יוסף צבי ניילענדער אויסגערופן די מחותנים און קרובי המשפחה צום מצוה טאנץ. צוערשט די משפחה פון כ"ק אדמו"ר מאשלג, דערנאך די משפחה פון כ"ק אדמו"ר מתורת חכם, און דערנאך דעם געהויבענעם מחותן כ"ק אדמו"ר מתורת חכם. ביי די גראמען האט ער הפלא'דיג משלב געווען די געוואלדיגע קשר פונעם געהויבענעם מחותן צו תורת הקבלה, און זיין קשר אמיץ צו רבי שמעון בר יוחאי, דערנאך האט הרה"צ רבי איטשע מאיר געטאנצן לפני הכלה בשלהבת אש קודש, ווען די גאנצע זאל איז איינגעהילט אין א חטיבה אחת פון התרוממות הנפש וחדוה עילאה. עס איז שוין געווען פיר אזייגער פארטאגס ווען די חתונה האט זיך געשלאסן און די ציבור האלפים האבן פארלאזט דעם זאל.
Comments