זונטאג ב' דחוה"מ סוכות • י"ח תשרי תשפ"ה | בחצרות הקודש
דעם ליל יו"ט סוכות זענען חסידי וויזניץ איבערראשט געווארן ווען מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א האט זיך אין א ערשטמאליגע היסטארישע שריט באצויגן ברבים צו די אכצן יאהר ווען די רבי ער האט גולה געווען מעל שולחן אביו, אין די טעג וועט עס ווערט אפגעצייכנט גאנצע דריי און צוואנציג יאהר זינט יענעם היסטארישן טאג ערב סוכות תשס"ב ווען די רבי שליט"א האט זיך צוריקגעקערט בשלום אל חיק אביו לשמחת לבם פון חסידי וויזניץ בתוך כל בית ישראל.
די רבי שליט"א האט מאריך געוועהן ביי די תורה מיט דברי חיזוק און אמונה ובטחון אין א צייט וואס מיר גייען אריבער שווערע זמנים במשנת חג האמונה חג הסוכות 'כאילו הרחקתי נדוד', ארומרעדנדיג איבער זיין מצב הבריאות ווען די רבי שליט"א האט אין די טעג בעפאר סוכות אנגעהויבן דורכגיין א סעריע באהאנדלונגען אין שפיטאל. בתוך דבריו האט די רבי ארויסגעברענגט זיינע טיפע הרגשים און זכרונות מימי קדם זאגנדיג אז פארלאזנדיג דעם שפיטאל ליל ערב יום טוב סוכות איז איהם ארויפגעקומען אין זכרון, באותו זמן ובאותו שעה מיט גענוי 23 יאהר צוריק, ווען ער האט זיך ב"ה צוריקגעקערט קיין וויזניץ, דער רבי האט באטאנט אז ער איז דעמאלט געווען אלט 57 יאהר, און איז אצינד אהיימגעקומען נאך גאנצע 57 שעה זיין שטיפאלאזירט, וואס די רבי האט אנגענימען אלס סימנא מילתא אז אויך דאסמאל וועט זיך אלעס אויסלאזן גוט מיטן אויברשטנס הילף.
די רבי האט מיט רירנדע ווערטער דערמאנט יענע שווערע יאהרן און מגלה געוועהן אז ער איז געוועהן א קרבן ציבור נאך א שווערע גזירה וואס האט געשוועבט אויף גאנץ בית וויזניץ, די רבי האט אויך ארויסגעברענגט רגשי הכרת הטוב פאר די שוואגערס האדמורי"ם מבעלזא און סאטמאר וועלכע זענען דאן געשטאנען לימינו בעת צר, אינאיינעם מיט נאך פילע חסידים ואנשי מעשה בעלזער חסידים, גערער חסידים, סאטאמרער חסידים, וויזניץ מאנסי חסידים, פשעווארסקער חסידים און טאהשער חסידים, וועלכע האבן איהם איהם שטענדיג שטארק מקרב געווען אין די שווערסטע צייטן.
די רבי האט דערציילט די השתלשלות הענינים אנגעהויבן פון שנת תשמ"ג ווען ער האט זיך צוביסלעך דערווייטערט מבית אביו ומולדתו, און זיין נסיעה קיין שווייץ מיט דרייצן יאהר שפעטער ווי ער האט זיך צום ערשטן מאל באגעגנט מיטן פאטער די ישועות משה זי"ע, און זינט דאן כסדר געוועהן בקשר אויפן טעלעפאן, די רבי האט דערציילט ווי פיל גוטע פריינד האבן איהם דעמאלט געפרואווט אפצורעדן און איבערגערעט אז ער זאל אליין עפענען מוסדות אבער ער האט זיך געהאלטן פעלזן פעלסט מיט אמונה ובטחון אז ער וועט נאך איין טאג צוריקקומען קיין וויזניץ, וואס איז טאקע שפעטער מקוים געווארן כאטש עס האט אין יענע צייטן אויסגעזעהן ווייט פון די מציאות.
די רבי האט אויך געהייסן די אלע חסידים וואס האבן אין באזיץ פאשקעווילן און באשרייבונגען וכדומה פון יענע תקופה זאלן דאס פאברענען און גענצליך מבער זיין, זאגנדיג אז מ'דארף נישט דערמאנען עוונות ראשונים, און מיר זענען בכלל נישט פארנומען מיט די חשבונות. די רבי האט דאס אלעס מקשר געווען צו זיין יעצטיגע געזונט צושטאנד אריינבלאזנדיג טללי תחיה אין די חסידים אז אויך יעצט טאר מען זיך נישט מייאש זיין און נאר גלייבן אינעם בורא עולם אז מען וועט ארויסקריכן אויך פון דעם שווערן מצב ברוב רחמיו וחסדיו, מיט אמונה ובטחון.
Comments