top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בארא פארק • טויזנטער חסידים ואנשי מעשה מיטגעהאלטן פייערליכע הדלקה בחצה"ק באבוב-45 | ברייטע דעקונג

דאנערשטאג פ' בהר בחקתי - כ' אייר תשפ"ג | קול בחצרות

בילדער קרעדיט מערכת בחצרותינו - באבוב 45 מה נהדר היה המראה ווען אלופי אלפי חסידי באבוב-45 זקנים, אברכים, בחורי חמד, און אזוי אויך ילדי תשב''ר אנשים נשים וטף וועלכע האבן פארשווארצט די גיגאנטישען שטח הענקי וואס ציט זיך לענג אויס די צוויי און זעכציגסטע גאס פון פיפצענטע עוועניו אראפ ביז ניו יוטריקט אקעגן איבער דעם ריזן בנין בית חינוך לבנות 'בנות באבוב 45' צום מעמד הדלקה רבתי וואס איז אפגעראכטן געווארען מיט גרויס התעוררות בתופים ובמחולות דורך כ''ק אדמו''ר מבאבוב 45 שליט''א, ווי אויף אלע 3 זייטן פונעם ריזן שטח קעגן איבער די אויבן אן איז געווען אויסגעשטעלט מיט הויעכשטאקיגע פארענטשעס אין באזונדערע דעזיגנירטע פלעצער פאר די רבני העדה און זקני וחשובי הקהלה. פאר'ן מעמד האבן די חסידים געהאט די זכי' אריבערצוגיין און גיסן אויל ביים מדורה און אום א פערטל נאך ניין איז די רבי שליט"א ערשינען צום שטח ווי מ'האט תיכף אנגעהויבן מעריב און נאכ'ן ספירה ציילן האט זיך אנגעהויבן די מעמד הדלקה ווי די פארענטשעס זענען בליץ שנעל איבערגעפילט געווארן אזוי אויך די דעזיגניטער פרענטשעס פאר די טויזענטע ילדי הת''ת פון בארא פארק, וויליאמסבורג, מאנסי, לעיקוואד, יוניאון.

די התעוררת האט מען געקענט טאפן און די לופט ווען די גאנצע עולם האט צוזאמען געזינגען די ווארעם הארציגע ניגוני התעוררות אנגעפירט דורך מקהלת ציון און שפיץ פון די ראשי המשוררים הרב אביש פירער און הרב שמעון משה פרייער, דאן האט די רבי משמיע געווען פלאם פייערדיגע דברת קודש בגודל קדושת היום במשנתו פון התנא האלוקי רבי שמעון בן יוחאי, ווי ביים סוף פון די דברות קודש האט די רבי מעורר געווען און אויפגעשטורעמט דעם ציבור האלפים איבער די שעדליכע נסיונות הדור די רבי האט געזאגט אז ער וויל מעורר זיין אויף א פרט אחד אבער גאר א וויכטיגע ענין, איבער א געוויסע נסיון וואס האט זיך לעצטענס אריינגעכאפט וואס איז א חלק פון טמאות מצרים, וואס די נסיון איז אז עס דערקענט זיך נישט די שעדליכקייט וואס ליגט דערין, די רבי האט ממשיך געווען זאגענדיג ''עס איז לעצטענס נתגלה געווארן וואס רופט זיך אויף די ענגלישע שפראך ע''י א''יי (AI) די רבי האט געזאגט קלאר און דייטליכע ווערטער אז אויב וויל מען זאגן א שארף ווארט וואלט איך געזאגט אז דאס איז זה לעומת זה דאס איז היפך פון די אורים ותומים וואס מען האט זוכה געווען אינעם בית המקדש וואס סיי ווען מען האט געהאט א שאלה איז געקומען א תשובה פון די אורים ותומים, די קליפה האט אויפגעשטעלט א קלאמפישע אורים ותומים מ'פרעגט א שאלה און ס'ליגט און דעם די חכמה וואס די אומות העולם האט אריינגעלייגט דערין אז ס'קען ענטפערן א תשובה!!! די רבי האט אויסגעשמועסט, אז דאס איז זייער א ניצליכע זאך ווי שוכרים קענען מורא'דיג שטארק נהנה זיין דערפון אבער עס איז נישט קיין צייט מערך צו זיין און דעם... און די זעלבע צייט איז דא פארשידענע אופנים וויאזוי צו פרעגן פונעם סיסטעם צו דורך א קאמפיטער צו דורך אריינרופען מיט א טעלעפאון אדער דורך טעקסט און אנדערע וועגן, ''איז עס נישט אנדערש ווי א קאמפיטער אן א פילטער און מען איז אפען צו כפירה, מינות און אלע מיסע עבירות!'' די רבי האט ממשיך געווען אז עס גייען אינגלעך וואס פרעגן דערפון א שאלה אלס ליצנות מ'פרעגט און דאס ענטפערט צוריק מ'מאכט א ווערטעל און דאס זעט אויס זייער אינטערעסאנט, מ'כאפט זיך נישט וואס דא טוט זיך! מ'איז אפן צו די סטרא אחרא דאס איז טמאות מצרים!! בקול חוצב להבות אש האט זיך די רבי צושריגען בנהמת לבו הטהור "ס'איז אסור בהחלט ווי אפענע אינטערנעט גארנישט אנדערש!!!". נאך די דברת קודש האט מען ארויפגערופן עטליכע נדבנים צו מקבל זיין ברכת קודש פונעם רבי'ן שליט''א און דעם געהויבענעם זמן. מען האט ווייטער ממשיך געווען צו זינגען די ניגוני התעוררות ווען די חברי המקהלת ציון זינגען עטליכע ניגוני ל''ג בעומר אויף די תנועות פון די נגוני קודש וואס כ''ק אדמו''ר מבאבוב 45 שליט''א האט מחבר געווען ווי אינצווישן האט מען איבערגעגעבן א קוויטל פאר'ן רבי'ן מיט די נעמען פון פילע חשובע נדיבים בעם וואס האבן בייגעשטייערט גרויסע סכומים להוצאות המעמד, דאן האט הרב ר' חיים אלישע אייזן מכריז געווען אז די זכות יציקת השמן איז געקויפט געווארן לזכותו פונעם ראש הקהל הנגיד החסיד ר' אייזיק דייטש אין דאן איז די רבי ארויף איניינעם מיטן ראש הקהל ר' אייזיק און אים מכבד געווען צו גיסן שמן דערנאך האט די רבי מכבד געווען גיסו הגה''צ אבד''ק באבוב 45 שליט''א צו גיסן שמן, דאן האט די רבי אליין א לענגערע צייט געגאסן פילע קריגלעך אויל בשעת די גאנצע עולם זינגט בהתעוררת רב דעם לכבוד התנא אויף די ווארעמהארציגע תנועה פונעם רבי'נס ניגון 'והערב נא' און דאן האט די רבי אנגעצינדען די הדלקה לכבוד התנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי וינעו אמות הסיפים, נאכ'ן אנצינדן דער מדורה איז די רבי געשטאנען ביים פייער פאר עטליכע מינוט בשעת'ן מעודד זיין די רקודה בשלהבת אש קודש ווען דער גאנצער ציבור זינגען אין טאנצן מיט מיט א געוואלדיגע התעוררות בהתרוממות הנפש. דאן איז די רבי צוריקגעגאנגען למקומו אין די ציבור האט ווייטער געטאנצן אויף ניגוני ל''ג בעומר, די געהויבענע מעמד האט זיך געשלאסן מיט'ן לעבעדיגען ניגון עבדו את ה' בשמחה וואס די רבי שליט''א האט לעצטענס פארפאסט, און נאך נגיני שמחה. במשך פון א לענגערע צייט האט די מאסיווע ציבור אויסגעליידיגט דעם שטח הענקי מיטנעמידיג הויפענעס פון השפעות טובות ברוחניות ובגשמיות נאך אזא געהויבענע און הייליגע מעמד מבואו ועד צאתו.


























Comentarios


bottom of page