top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אלפי חסידי סאטמאר ביי פייערליכע שמחה'דיגע חתונה בחצרות סאטמאר - קאלוב - הארדענקא אין בארא פארק | ברייטע דעקונג

דאנערשטאג פ' שמות • ט"ז טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש


 

טויזנטער סאַטמאַרער תלמידים וחסידים פון ניו יארק, זענען נאך ארומגענומען מיט טיפע רגשי שמחה והתרגשות זייענדיג אונטער'ן רושם פון דער פייערליכער "שמחת החתונה" בחצר הקודש סאַטמאַר פון די כלה נכדת כ"ק אדמו"ר מסאַטמאַר שליט"א, וואָס איז געפּראַוועט בקול רנה ותודה המון חוגג אין דער אולם הגדול זאַל פון די בעלזא תלמוד תורה אין באָראָ פּאַרק, מיט אַ ריבוי העם הנאספים, אלופי אלפי תלמידי וחסידי סאַטמאַר, וועלכע זענען געקומען צו גיין מרחוק ומקרוב, ששים ושמחים בשמחת רבם ומאורם .

עס אז געגאנגען אונטער די חופה די כלה א אייניקל ביים רבי'ן שליט"א, בת בנו יקירו הגה"צ רבי יעקב בער טייטלבוים שליט"א, אב"ד סיגוט, מיט די חתן א זון פון הגה"צ רבי אלכסנדר אשכנזי שליט"א אבד"ק קאריץ, בן כ״ק אדמו"ר מהאראדענקא שליט"א, וחתנא דבי נשיאה פון כ"ק אדמו"ר מקאלוב שליט"א לרפו"ש.

ווי געזאגט איז די גרויסע חתונה, געפּראַוועט געוואָרן אין דער גרויסער זאל פון די בעלזא תלמוד תורה אין בארא פארק מקום מושבו פונעם מחותן הגה״צ אבד״ק סיגוט שליט״א, וואָס איז אַהערגעשטעלט געווארן אויף אזא גרויסאַרטיגן שטייגער צו אקאמאדירן די סאטמארערער חתונה. די געטרייע עסקנים נמרצים פון ״בצל תומר״ שע״י ק"ק סאטמאר צוזאמען מיט די איבערגעגעבענע עסקני הקהלה פון בארא פּארק האבן אריינגעלייגט כוחות עצומות אהערצושטעלן אלע דעטאלן פון די שמחה צו פארזיכערן אז די חתונה הרוממה וועט אי״ה אפּגעראכטן ווערן אויפ׳ן שענסטן פארנעם.

אינעם יום החופה, מאנטאג פרשת שמות, האָט זיך בחוצות העיר באָראָ פּאַרק אָנגעהויבן שפּירן אַ שמחה'דיגע אַטמאָספערע שוין פון אינמיטן טאָג. אינעם קוואַרטל וואו ס'זענען קוואַרטירט דער גרויסער סאַטמאַרער בית המדרש, אויף דער צוויי און פופציגסטער גאס, וואו עס איז פארגעקומען דער מעמד החופה האָט גערוישט פון אַקטיוויטעטן און הכנות צו דער שמחה, באַזונדער איז אויפגעשטעלט געוואָרן דאָרט פאָרנט פון בית מדרש די הויכשטאָקיגע חופּה, מיט הערליכע באלייכטונגען, דער ביהמ״ד הגדול גופא איז מלכות׳דיג באצירט געווארן מבית ומבחוץ.

במשך פונעם נאכמיטאג שעות איז אַ גרויסער עולם אַריין אל הקודש פנימה לביתו נאוה קודש פון גרויסן זיידן כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אין וויליאמסבורג, זיך צו געזעגענען בעת חדותא דמלכא, כנהוג. ביים שקיעה האט די רבי געדאַוונט מנחה אין ביהמ"ד "ברך משה" בביתו נאוה קודש. דערנאָך איז די גאַנצע פּמליא אַריבערגעפאָרן קיין באָראָ פּאַרק, צום גרויסן ביהמ"ד דקהל יטב לב ד׳סאַטמאַר אין באָראָ פּאַרק, וואו עס איז פאָרגעקומען דער התעוררות׳דיגער "קבלת פּנים".


די בעלי מנגנים אינאיינעם מיט מוה"ר יששכר גוטמאן הי"ו, האָבן אָנגעפירט מיט'ן זינגען דביקות׳דיגע ניגונים, לבית סיגוט סאַטמאַר ווען אין בית המדרש האָט זיך געשפּירט אַ התעוררות'דיגע אטמאספרע, דערנאך האט מען געהערט רירנדע חרוזין בדברי כיבושין והתעוררות, די עדות אויף דער כתובה זענען געווען הרבני החסיד רבי שאול פערלשטיין שליט"א, ראש הקהל דקהל יטב לב ד׳סאטמאר, און הרבני החסיד הנכבד והמפואר מוה"ר יודא ארי' לייב פריעדמאַן, סגן ראש הקהל, נאכן קבלת פנים איז דער רבי שליט"א און די מחותנים שליט"א אַריבער צום "באַדעקן", צום "אולם החדש" זאַל, וואו עס איז פאָרגעקומען דער קבלת פנים פאַר די נשים. 

אינצווישן האָבן די גאַסן ארום דעם ביהמ״ד הגדול געשפּרודלט מיט'ן ציבור תלמידים וחסידים וואָס האָט געשטראָמט פון אומעטום, די פּאָליציי האָבן פאַרשלאָסן די גאַסן צו קענען האַלטן פולשטענדיג אָרדענונג. כדי צו היטן אויף די גדרי הצניעות אויפן בעסטן אופן, זענען די נשים געשטאַנען בלויז אונטער דער חופה, אויף דער אַנדערער זייט. איבערהויפּט האָבן זיך אָנגעזען די תינוקות של בית רבן פון די מוסדות הק' אין באָראָ פּאַרק, וועלכע זענען געקומען מיטצוהאַלטן אַזאַ הייליגן מעמד.


מיט סידור קידושין איז נתכבד געווארן דער ראש בית אב, כ"ק אדמו"ר מסאַטמאַר שליט"א. די עדי קידושין זענען געווען: הרה״ג רבי אהרן שמואל פּאדווא שליט״א, ראש הכולל סאטמאר בארא פארק און הרה״ג רבי יושע יואל אייכנשטיין שליט״א מו״ץ אין די קהילה, מיט קריאת הכתובה איז מכובד געוואָרן כ"ק הגה"צ גאב"ד זענטא שליט"א, פעטער פון דער כלה. מיט די ברכות זענען נתכבד געוואָרן כ״ק אדמו״ר מהארדענקא שליט״א דער גרויסער זיידע, הגה״צ אבד״ק טארטיקוב שליט״א און מיט ברכה אחריתא כ״ק אדמו״ר מוויזניץ לאנדאן שליט״א.


נאכן חופה האט די רבי שליט"א אנגעוונטשן מיט ברכות לרוב דעם גאַנצן ציבור וואָס איז געקומען טיילנעמען אין דער שמחה, תיכף דערנאך האט די ציבור אָנגעהויבן פאַרגיין אין פרייליכע טענץ, בעת די געהויבענע מחותנים טאַנצן אויף דער חופה פּלאַטפאָרמע מיט גרויס שמחה וחדות הנפש.


אַ פלאָטע פון באָסעס איז באַלד נאָך דער חופה געשטאַנען גרייט אויף דער 51'סטער גאס, צו פירן די בעלי בתים אברכים ובחורי חמד צום גרויסן זאַל, וואו די שמחת החתונה איז געפּראַוועט געוואָרן ברוב פאר והדר, דער דאפּעלטער בימת הכבוד איז געווען באשיינט מיט די פילצאליגע אדמורי"ם רבנים ומרביצי תורה און בנן של קדושים וקרובי המשפחות, אין פאָדערשטן טייל פון זאַל האָבן אַרויסגעשיינט פילצאָליגע נדיבי לב, נגידים ותומכי תורה, ראשי קהילה ומנהלי המוסדות און דעלעגאַציעס פון פאַרשידענע עסקנ'ישע פּערזענליכקייטן, וועלכע שטייען אין פארבינדונג מיט הגה״צ אבד״ק סיגוט שליט״א אין זיינע פעולות חובקות זרועות עולם לימין הקודש פון אביו די רבי שליט"א און למען הכלל והפרט, ובמיוחד מיט די פּעולות האדירות אין פּדיון שבויים לשמוע אנקת אסיר. באַזונדער האָבן זיך אָנגעזען די פילע מתפּללים ובני הקהלה פון ק״ק עצי חיים סיגוט.


ווי אַן עלעקטראָנישער שטראָם איז דורכגעלאפן ווען די רבי שליט"א איז ערשינען אין זאַל, און די טויזנטער חסידים האבן זיך אויפגעהויבן אין פלאמעדיגע ריקודין "קול רנה וישועה באהלי צדיקים״, דאן האט זיך די רבי געוואַשן צו דער סעודה, און דערנאָך געוואונטשן "לחיים". אינצווישן זענען צוגעקומען צום אויבנאָן פרישע געסט רבנים און גדולי התורה, באַרימטע רבני׳שע פּערזענליכקייטן פון איבער ניו יאָרק און אומגעגנט וועלכע זענען געקומען אָפּגעבן זייערע וואַרימע מזל טוב ברכות צום גרויסן זיידן כ"ק אדמו"ר מסאַטמאַר שליט"א און צו די חשוב׳ע מחותנים. צווישן די משתתפים האבן זיך אנגעזעהן האדמורי"ם מבית חיים יהושע, וויזניץ ירושלים, וויזניץ לאנדאן, ראחמיסטריווקא אוקענוויין, וויען, סקאליע, סוליצא, סטרעטין, מאשלוי, בלאזוב, פאפא בארא פארק, עדעלין קערעסטיר, בראד, סערט וויזניץ לעיקוואד.

הרבנים הגאונים הצדיקים אב"ד זענטא, גאב"ד סאטמאר מאנסי, אב"ד טארטיקוב, גאב"ד קארלסבורג, גאב"ד שאפראן, אב"ד קלאסנא, אב"ד רענדיק, אב"ד אלכסנדר, אב"ד קאלוב וויליאמסבורג, גאב"ד וואדיסלאוו, אב"ד ביסטריץ, אב"ד תולדות נפתלי, אב"ד קאלאשיץ, אב"ד גלאגוב, אב"ד סוואליעווא, אב"ד ניימארק, אב"ד בית נחום דוב, אב"ד שמן למנחה נאדפאלא, אב"ד תפארת מרדכי, אב"ד זידיטשוב לינדען, ראש ישיבת מונקאטש בשליחות אביו האדמו"ר ממונקאטש, אב"ד דאראג, אב"ד ווייטצען וויליאמסבורג, דומ"ץ ספינקא ב"פ, און הרה"צ רבי חיים שלום הלברשטאם בשליחות אביו האדמו"ר מבאבוב.


נאָכדעם וואָס דער רבי שליט"א האָט געענדיגט די סעודה, בשעת אין זאַל פּראַוועט מען די געהויבענע ריקודין, האָבן זיך מאַסן פון טויזנטער חסידים אָנגעהויבן שלענגלען,צו ווינטשן פּערזענליך אַ ברכת לחיים און מזל טוב פאַר'ן רבי'ן און די געהויבענע מחותנים. בשעת'ן אמירת לחיים, איז אויך דער געהויבענער מחותן, הגה"צ אבד"ק סיגוט שליט"א, אַראָפּּגעגאנגען אונטן טאַנצן מיט'ן ציבור און זיך משמח זיין מיט די קרובים וידידים, אנשי מעשה, עסקנים נכבדים, חברי הנהלת הקהלה והמוסדות, יחדיו ירננו ברגשי גיל ושירה וחדוה.


סוף פונעם טאַנצן האָט מען ברגשי גיל וחדוה אַנטפאַנגען דעם געהויבענעם גרויסן זיידן פונעם חתן, כ״ק אדמו״ר מקאלוב שליט״א, לרפו״ש, וואס איז מיט גרויס אנשטרענגונג אינעם שווערן מצב הבריאות געקומען לפאר על ראש שמחתו. צום ערשט האט דער גאנצער אויבנאָן געטאַנצן אין א געהויבענעם ריקוד לכבוד דעם גרויסן זיידן שליט״א.

 

קרוב צו חצות הלילה איז מכובד געוואָרן מיטן בענטשן הרה״ג רבי שלמה יחזקאל מייזליש שליט״א, בן כ״ק גאב״ד שאפראן זצ״ל וחתן כ״ק אדמו״ר מהארדענקא שליט״א, א דאפּעלטער פעטער משני הצדדים פון חתן וכלה. מיט די שבע ברכות זענען מכובד געוואָרן די רבנים און קרובי המשפחה, כ"ק הגה"צ גאב"ד סאַטמאַר מאנסי שליט"א, הגה״צ רבי בערל טויב שליט״א אבד״ק קאלוב וומס"ב, הגה"צ אבד"ק בני יששכר שליט"א, הגה״צ אבד״ק ניימארק שליט״א און מיט ברכה אחריתא הגה"צ אבד”ק ביסטריץ שליט"א.


אַ שפּאַנענדע שטימונג האָט אַריינגעטרעטן אין זאַל, ווען עס האט אויפגעטרעטן דער "בדחנא דמלכא" בחצר הקודש, ר' אלעזר קליין הי"ו, וואָס האָט צום ערשט אויסגערופן דעם זיידן כ״ק אדמו״ר הגה״ק מקאלוב שליט״א, און דער ציבור האָט געטאַנצט מיט גרויס התעוררות, שעפּשענדיג אַ הייסע תפלה אַז פון דער גרויסער שמחה זאל שוין נמשך ווערן א ישועה ורפואה, ה׳ יאריך ימיו ושנותיו בנעימים, עוד יניבון בשיבה דשנים ורעננים.


דאַן איז געקומען דער קלימאַקס, ווען מיט הערליכע חרוזים, האָט ער אויפגערופן בחרדת קודש דעם ראש בית אב כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, מעורר צו זיין דעם זכות אבות און גודל השעה. די רבי האט דערנאך געטרונקען לחיים און אַראָפּגעקומען אין צענטער פונעם זאל בעת די ריזיגער ציבור האט געזונגען דעם התעוררות'דיגן ניגון "אני מאמין בביאת המשיח", און אָט האָט די קאַפּעלע געגעבן אַ הייב אָן די באַקאַנטע "זעקסטע הקפה ניגון", דער ריזיגער ציבור איז איינגעהילט געוואָרן מיט אַן אויסטערלישן התרגשות און זיך געהויבן אין דער לופטן, בעת דער רבי שליט"א, אָנגעכאַפּט מיט זיינע קינדער, געשוויסטער און מחותנים שליט"א, פאַרגייט אינעם טאַנץ כולו אחוז בשרעפיו, דערנאך איז די רבי געטאנצן מיט נכדו דעם חתן שליט"א באַגלייט מיט תנועות אַרום דעם ריזיגן רינג אַרום דעם זאַל, בעת אַלעס טאַנצט און לעבט מיט דער שמחה, דאַנקענדיג און לויבנדיג דעם רבוש"ע על רוב רחמיו וחסדיו, דערנאָך איז די רבי געטאנצן מיט בנו היקר דער מחותן הגה"צ אבדק"ק סיגוט שליט"א און דערנאך אַריינגענומען אין דעם רינג אַלע קינדער און אייניקלעך, די זרע ברך ה', און דערנאָך אחיו הגה"צ אבד"ק זענטא שליט"א, כ"ק גאב"ד סאַטמאַר מאנסי שליט"א, דערנאָך די שוואָגערס, די קינדער פון כ"ק הגה"צ אבד"ק ביסטריץ זצ"ל, בעת די אלפי חסידים טאַנצן מיט בשמחה ובחדוה.

דערנאך האָט מען ווייטער פארגעזעצט די ריקודין של מצוה, דער בדחן האט אויסגערופן דעם געהויבענעם זיידן כ״ק אדמו״ר מהארדענקא שליט״א, דערנאך איז געטאנצן דער אבי החתן הגה״צ אבד״ק קאריץ שליט״א, און דאן נאכגעפאלגט דער געהויבענער מחותן אבי הכלה, הגה"צ סיגוטער רב שליט"א, אַרויסברענגענדיג די אַלע פעולות לטובה והנהגת העדה הק' אין דער קהלה קדושה עצי חיים, ובפרט דאָס וואָס ער שטייט לימין קדשו פון אביו הגדול אין אַלע ענינים צו קענען אָנפירן מיט די קהלה ומוסדות הק' די בכל אתר ואתר, דערנאָך האָט דער בדחן אויסגערופן חתן וכלה, און די מחותנים אינאיינעם מיט דעם רבי'ן שליט"א ומקורבים האָבן זיך אַרויסגעלאָזט אינאיינעם אין געהויבענע טענץ, ובכן צדיקים יראו וישמחו, זיך שיידנדיג שווער פון דער גרויסער שמחה.


ס'איז שוין געווען דינסטאג אין די פריע פאַרטאָגס שטונדן, ווען די די געהויבענע חתונה האָט זיך געשלאָסן מיט אַ געפיל פון חדוה עילאה, מרומם על כל ברכה ותהלה.


































































































































































Comments


bottom of page