top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ברכם טהרם: היסטארישע מקוה פון הייליגן "חזון איש" זצ"ל באנייט און געעפנט פאר'ן ברייטן ציבור

דאנערשטאג פ' מקץ • כ"ה כסלו תשפ"ה | בחצרות הקודש

 

אינעם עיר התורה וחסידות בני ברק האט זיך דעם היינטיגן דאנערשטאג א' דחנוכה אפגעשפילט היסטאריע, ווען ס'איז בשעה טובה ומוצלחת באנייט געווארן די היסטארישע פריוואטע "מקוה" פונעם שר התורה ופוסק הדור דער הייליגער "חזון איש" זצ"ל, און איז דערמיט געעפנט געווארן צום באנוץ פונעם ברייטן ציבור.


די מקוה איז מיט דריי יאר צוריק אנטפלעקט געווארן, ווען מ'האט דורכגעפירט פארשידענע רענאוואציעס אין די ת"ת "תשב"ר" וואס איז סטאנציאנירט אין ביתו נאוה קודש פונעם חזון איש זינט זיין הסתלקות בשנת תשי"ד, און מ'האט דאן געטראפן שטיגן וואס פירט אראפ ביז צו א בור טבילה, וואס האט העכסט ווארשיינליך געשיינט אלס פריוואטע מקוה פונעם חזון איש.


מ'האט דאן אראפגערופן צום מקום הגילוי גדולי תלמידי החזון איש, וועלכע האבן טאקע באשטעטיגט אז לויט'ן געבוי און תבנית פונעם "אוצר מי גשמים" שטימט דאס אקוראט מיט די אלע חומרות און שיטות פונעם חזון איש אין הלכות מקוואות, און באזונדער איז דאס באשטעטיגט געווארן דורכ'ן פלומעניק פונעם חזון איש ותלמידו הנאמן הגאון רבי מאיר גריינימאן שליט"א, וועלכער האט מעיד געווען אז דאס האט געדינט אלס פריוואטע מקוה פונעם חזון איש, און ווי אויך האט מען דא גע'טובל'ט גופו הטהור נאכ'ן הסתלקות.


מיט גרויס התרגשות האט מען דאן זיך גענומען צום פראיעקט פון חידוש המקוה, צו גענליך איבערפרישן און רענאווירן די מקוה מיט פראכט און באקוועמליכקייט, ווען יעצט לכבוד חנוכה איז די מקוה פולקאם ערגענצט געווארן, און איז דעם היינטיגן דאנערשטאג נתחנך געווארן דורך המשגיח הגאון רבי דן סגל שליט"א.


מיט דעם איז די מקוה געווארן געעפנט פאר'ן ברייטן ציבור, און היות די מקוה באשטייט פון בלויז איין קליינע בור, קען דאס נישט אקאמאדירן מער ווי עטליכע מענטשן אויפאמאל, און מ'דארף זיך איינשרייבן פון פריער ביי די מקוה פארוואלטונג, צו קענען פארזיכערן אז עס ווערט נישט קיין אנשטויסעניש און יעדער האט די געלעגנהייט צו כאפן דערין א טבילה.





bottom of page