top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט

דאנערשטאג פ' נצבים - וילך • כ"ג אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש

 

ובצל כנפיך תסתירנו: די ווארענונג פייפער'ס ביים הכנסת ספר תורה צום ביהמ"ד אמשינוב אין צפת פארלאפענעם פרייטאג צופרי בעת די אנגעצויגענע מצב אין צפון ארץ ישראל, וואו די רבי האט ממשיך געוועהן דעם שולחן הטהור אומגעשטערט.


צונויפשמועס הרב עמרם גרויז מנייטרא מיטן יארמער רב שליט"א.


שלושים יום קודם החג: האד' מספינקא ביים איבערגיין די נוסח ימי הנוראים נוסח ספינקא מיט די בחורי החסידות.


הגה"צ אבד"ק ליעזש ראדוואן שליט"א ביי שמחת חתן ביים חתונה פאריגע וואך פון בתו הכלה אין לאנדאן‎.

דער מגיד נפלא הרה"ג ר' אברהם מרדכי מלאך ביים מקבל זיין ברכת קדשו פון האד' מפאפא נאכן אויפטרעטן אלס נואם הכבוד ביים מסיבה "לחזות בנועם" לטובת כולל קהלת יעקב פאפא.


האד' מסאטמאר ביים ארומשפאצירן אין די קרית יואלע געסערלעך שכונת ווינטשעסטער, נאך א מעמד קביעת מזוזה אין ביהמ''ד דקהל יטב לב אינעם שכונה.


הגה"צ גאב"ד מאקאווא באזוכט ביי מחותנו הגה"צ רבי מרדכי ברים שליט"א מנקיי הדעת שבירושלים


די לעטצע הכנות ביים ביהמ"ד הגדול והחדש דשיכון סקווירא זיך גרייטנדיג אט אט צו באנייען דעם היכל קומענדיגן א' סליחות.


האד' מאונגוואר באזוכט ביי האד' מסלונים לרגל די בר מצוה פון בן זקוניו.

הרב מאיר רובינשטיין מעיאר פון שטאט ביתר בקודש פנימה ביי האד' מסאסוב בעת די זמני כניסה די וואך בבית מדרשו אין ביתר.

הגה''צ רבי נפתלי מענדלאוויטש אבד''ק טורקא טבריה ביים איבערגעבן א קוויטל פאר האד' מסקאליע ביים ציון פון זקינו הרה''ק מיאמפאלי זי''ע.

גאב"ד מאקאווא איז מתפלל ביים פרישן ציון פון כ"ק אדמו"ר מביאלא זצ"ל בעל 'מבשר טוב' אויפן הר הזיתים.

דער בעל מנגן ר' ליפא שמעלצער ביים אויפרופן גאב"ד וואודריטש צו מצוה טאנץ ביי א משפחה שמחה די וואך.


האד' מקאסוב לעיקוואד ביים שרייבל א קוויטל איידערן אריינגיין אויף א באזוך צו האד' מסאטמאר אין קרית יואל

נייע ספר הלכות פארענטשע...ארויסגעגעבן לאור עולם דורך הרה"ח ר' מרדכי ציון הי"ו


האד' מנדבורנא אויף די צענטראלער קוזינצקי גאס אין בודאפעסט אונגארן בעת דעם רבינס קורצן באזוך די וואך אין שטאט.

די שאטער וואס איז אויפגעשטעלט געווארן אין חצר פונעם סעמינאר בית יעקב אין ירושלים צו די תפילות ראש השנה בצל ראש הישיבה הגאון רבי שאול אלתר שליט"א.

הרב יעקב פריד אייגנטומער פון 'שם טוב שטריימלעך' ביים אריינטראגן א נייעם ספאדיק לרגל די ימי הסליחות און א נייע שטריימל לכבוד די ימים טובים.

האד' מזידיטשויב ווערעצקי ביים איבערלאזן 'ברכה געלט' נאכן איינהאנדלען ספרי קודש אינעם 'דזשודעיקא סקווער' געשעפט אין לעיקוואוד.

הרה"ח ר' מרדכי גרינוואלד הי"ו שמש ביהמ"ד הגדול דשיכון סקווירא ביי די לעצטע הכנות צום מעמד פתיחת ההיכל דעם קומענדיגן מוצאי שבת ליל א' סליחות‎.

מודעה אין בעלזער כולל אין שטאט מאנטריאל ציטירט טייל פונעם שמועס ביים באזוך פאריגע וואך פון האד' מסאדיגורה ביי האד' מבעלזא וואו דער רבי האט איבערגעגעבן א גריס פון זיין באזוך אין די בעלזער כולל אין מאנטריאל.

מודעה אין ק"ק וויזניץ אנטווערפען אריינצוגעבן נעמען צום כוללות קוויטל פאר האד' מוויזניץ און האד' מוויזניץ לאנדאן.

גאלאפירנדע פארשריט ביים ביהמ"ד הגדול והחדש תולדות אברהם יצחק אין ירושלים עיה"ק.

וְיִשְׁמְעוּ רְחוֹקִים וְיָבוֹאוּ: האד' מגארליץ אויף א באזוך די וואך אין שכונת 'כרמי גת' אין שטאט קרית גת וואו די רבי האט אויפגעטראטן מיט דברי חיזוק פאר בחורים מתחזקים וועלכע זענען אנגעשלאסן אינעם ארגאניזאציע 'וקרבנו' און לערנען וועכענטליך בחברותא מיט אינגעלייט תלמידי חכמים אין קרית קרית, מיסודו פונעם רבינס זוהן הרב יוסף מאיר הלברשטאם שליט"א.

האד' מבית שמואל צבי ספינקא באזוכט ביי האד' מבית חיים יהושע אין בארא פארק לברך ולהתברך צום נייעם יאהר

האד' מסערט וויזניץ אינעם היטראו לופטפעלד אין לאנדאן נאכן קורצן באזוך די וואך לרגל א שמחה ביי איינע פון די חסידים

האד' מקאסוב לעיקוואד אינעם לופטפעלד אויפן וועג קיין ארה"ק וואו די רבי וועט וויילן אויף די ירח האתנים הבעל"ט.


הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח מבעלזא האט קרישקעס באמערקט צווישן די טויזנטער מתפללים ביים כותל המערבי בשעת די אמירת הסליחות דורך די עדת הספרדים.

בתוך עמי אני יושב • המשפיע הגה"צ רבי צבי מאיר זילבערבערג שליט"א ביים עצרת פאריגע וואך אין בארא פארק על סילוקן פון די דריי צדיקי ומאורי העיר, וואו דער משפיע איז געזעצן כאחד האדם צווישן די מאסן פארזאמלטע און אויסעגהערט די הספדים.

הגה"צ אבד"ק אמונת ישראל שליט"א באגריסט זיין פעטער הגה"צ אבד"ק אמונת ישראל מאנסי שליט"א ביים גרויסן עצרת אין בארא פארק על סילוקן פון די דריי צדיקי ומאורי העיר.

ביים גרויסן עצרת הספד אין בארא פארק האט קרישקעס באמערקט צווישן די טויזנטער משתתפים הר"ר ישראל משה שטוהל הי"ו משב"ק אדמו"רי סקולען זיע"א.

הגה"צ רבי חיים מאיר האגער אבד"ק קרית ויזניץ אין א ריקוד מיטן מעיאר פון שטאט בני ברק הרב חנוך זייברט ביים שבע ברכות פון א אייניקל די וואך.

האד' מסאקליע ביים איבערגעבן א קוויטל פאר האד' מקאסוב לעיקוואד ביים ציון הק' פון אביו האד' מקאסוב זצוק"ל אין מאנסי.

די וואך ביים שבע ברכות פאר נכד כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א בן לבנו הגה"צ אבד"ק סאטמאר ירושלים שליט"א וואס איז פארגעקומען אין קרית יואל פאר אלע כלי קודש פון די מוסדות הקדושים האט די רבי שליט"א אין א איבערראשנדע שריט געלאזט צורופן דעם אדמיניסטראטאר פון די מוסדות, הרה"ח ר׳ משה אלי' עסטרייכער הי"ו און במעמד קהל ועדה אים איבערגעגעבן א טשעק פון $20,000 פאר'ן "אדיר וחזק קאמפיין" לטובת די מוסדות הקדושים אין קרית יואל, דינענדיג אלס א וועגווייזער פאר אלע הונדערטער טיעמס זיך אנצושטרענגען מיט אלע כוחות צו נעמען א חלק מחזיק זיין די המשכת המוסדות.

האד' מביאלא בארא פארק באזוכט ביי אחיו הגדול האד' מביאלא בני ברק לברך ולהתברך לקראת די הייליגע טעג.

אין ליסקא ביהמ"ד אין בארא פארק האט 'קרישקעס' באמערט די טעגליכע חברותא'שאפט דורך אב ובנו האד' מליסקא ובנו חביבו העסקן הרב עזרא פרידלענדער.

אויסברייטערונגען ביים ביהמ"ד דחסידי אלכסנדר אין בארא פארק לקראת די ימים טובים הבעל״ט פארן הרחבת הדעת פונעם ערווארטעטן גרויסן ציבור, צוגעשטעלט דורך רענטעסטיק פארטי רענטאל.

כסא דנחמתא פאר הרב צבי הערש קעניג משב"ק אדמור"י פיטסבורג וועלכע זיצט שבעה על פטירת אביו ר' שלום קעניג ז"ל מחשובי חסידי פיטסבורג.


Komentar


bottom of page