top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

טויזנטער אין שפיץ פון גדולי ישראל ביי לוי' פון העסקן הר"ר שמעון בראון ע"ה משב"ק הרה"ק מתולדות אהרן זי"ע

דינסטאג פ' תולדות • כ"ה חשון תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שלום קרויס, JDN

 

מיט שווערע געפילן האבן זיך טויזנטער אידן און פילע חסידי תולדות אהרן, נעכטן געזעגענט פונעם אדם היקר באנשים העסקן הנמרץ הרה"ח ר' שמעון בראון ע"ה מנהל ומייסד ארגון ביקור חולים 'יד אברהם' און משב"ק ויד ימינו פון כ"ק האדמו"ר הרה"ק בעל 'דברי אמונה' מתולדות אהרן זיע"א ביים מסע הלוי' וואס איז פארגעקומען פארנט פון גרויסן ביהמ"ד תולדות אהרן אין עיה"ק ירושלים וואו עס זענען געהערט געווארן הארצרייסענדע דברי הספד לספוד לצרה ולבכותה.


עס האבן מספיד געווען הגאון רבי אליעזר כהנמן נשיא ישיבת פאנאוויטש, הגה"צ רבי משה קאהן ראש ישיבת תולדות אהרן, כ"ק אדמו"ר מנחלת אהרן שליט"א, הגאון הגדול רבי יעקב מענדיל יאראוויטש חבר הבד"ץ העדה החרדית, פון די קרובי המשפחה, און די קינדער. דערנאך האט מען געהערט דברי הספד דורכ'ן טעלעפאן פונעם פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א בעל 'תשובות והנהגות' וועלכע האט בבכי תמרורים באוויינט די שווערע אבידה זאגנדיג אז רבי שמעון איז געווען א יחיד בדורו, און א דוגמא פון עושה חסד לאלפים.


דאן האט מען געהערט דברי הספד קינה ונהי פונעם מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א דורך א הוק-אפ מעבר לים וואו דער רבי האט שטארק באוויינט די שבר על שבר אשר הושברנו, און מאריך געווען בשבחו פונעם נפטר איבער זיין גמילות חסדים באופן נפלא, און איבער זיין מסירות נפש משמש צו זיין דעם רבי'ן זצ"ל בנאמנות, בסיום דבריו האט די רבי מאריך געווען בדברי חיזוק און אריינגעבלאזן טללי תחיה פאר די צובראכענע עדה הקדושה צו שטיין פעלזן פעסט באמונה ובטחון אין די שווערע זמנים ווען עס פאסירן ליידער אזעלכע ביטערע אומגליקן, און מסיים געווען מ'זאל שוין נישט הערן פון קיין שום צרה בגבולות כל ישראל.


צווישן די הונדערטער מלווים האבן זיך משתתף געווען ביי די לוויה כ"ק האדמורי"ם מתולדות אברהם יצחק, באיאן, פינסק קארלין, און דעעש. נאך די רירנדע הספדים האבן פילע חסידים ואוהדים אפגעגעבן דעם כבוד האחרון און באגלייט דעם חשובן נפטר למנוחת עולמים, צופיסנס - כמנהג ירושלים, ביז צום הר הזיתים ווי ער איז געקומען לקבורה.



ความคิดเห็น


bottom of page