דאנערשטאג פ' ויגש • ב' טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש
די הכנות צום גרויסן היסטארישער מעמד הכנסת ספר תורה צווישן חסידי סקווירא איז אין פולן שוואונג, ווען חסידי סקווירא מאַכן אין די טעג דעם הכנה דרבה, דורכ'ן זיך באַפלייסן בעסק התורה, דורכצולערנען "כל התורה כולה" בכח הרבים פונעם גאנצן ציבור צוזאמען, וואס וועט זיין די פאסיגסטע הכנה דרבה צום גרויסן מעמד הכנסת ספר תורה, וואס איז געשריבן געוואָָרן דורך עדת חסידי סקווירא פון אומעטום, ווען יונג און אַַלט האבן איינגעקויפט זכותים אין די נייע ספר תורה, דורכ'ן זיך מקבל זיין קבלות טובות זיך צו דערווייטערן וואס מער פון די טעכנעלאגישע כלים, אויף וואס דער מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א איז כסדר עומד ומזהיר אויף דעם שטארקן זהירות וואס מען דארף האבן ביי דעם.
אצינד האלט מען שוין ביים גמר פון די ספר תורה, וואס וועט אי"ה אריינגעגעבן ווערן קומענדיגן פרשת תרומה הבעל"ט, ווען דער גאַַנצער מעמד וועט אפגעראכטן ווערן אינעם נייעם גיגאנטישן היכל ביהמ"ד הגדול דחסידי סקווירא.
גרייטנדיג זיך צום גרויסן מעמד, האט כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א אויסגעדרוקט עז רצון קדשו, אז ביים מעמד גמר כתיבת ספר תורה, זאל אין די זעלבע צייט אויך אפגעראכטן ווערן דער מעמד "סיום כל התורה כולה" וואס מען וועט אין די קומענדיגע וואכן ביז צום מעמד לערנען, ספעציעל אַַלס הכנה צום גרויסן מעמד. ובכל מקום אשר דבר המלך מגיע, שליסן זיך חסידי סקווירא אן מיט ספּעציעלע לימודים, מיטן ציל מסיים צו זיין כל התורה כולה לקראת דעם גרויסן מעמד.
מטעם העסקנים האט מען איינגעטיילט ספעציעלע סדרי לימוד אין אלע חלקי התורה, אנגעהויבן אין תנ"ך, כל הש"ס כולה, עקסטערע סדרים אין ש"ס-ירושלמי, און אזוי ווייטער, שיעורים אין רמב"ם, שיעורים אין טור-שולחן ערוך, שיעורים אין אנדערע ספרי הלכה, און עקסטער שיעורים אין די יסודות'דיגע ספרי חסידות וואס מען לערנט על הסדר, אזוי מיטן ציל מסיים צו זיין כל התורה כולה.
אין אנדערע נייעס, איז די וואך אפגעהאלטן געווארן די ערשטע אסיפת עסקנים בביתו נאוה קודש פון סקווירא רבי'ן שליט"א, ווי ס'האבן זיך באטייליגט אלע עסקני סקווירא אין שפיץ פונעם רבינ'ס צוויי קינדער הרה"צ רבי אהרן מענדיל און הרה"צ רבי יצחק, ווי עס זענען אויסגעשמועסט געווארן פארשידענע ענינים און די ערשטע פלענער ארום די היסטארישע מעמד, ווי הרה"צ ר' אהרן מענדל שליט"א האט אויך איבערגעגעבן דברי ברכה.
אין די זעלבע צייט גרייט מען זיך אויך מעבר לים, ווי חסידים פון ארה"ק און אייראפע גרייטן זיך צו קומען צו פארן קיין שיכון סקווירא כולם נקבצו ובואו מיטצוהאלטן די היסטארישע חגיגה. אין די יעצטיגע טעג איז געלאזט געווארן אין גאנג די 'הרשמה דרייוו' אין אלע סקווירא שטיבלעך ברחבי ארה"ק און אייראפע, ווי די עסקנים טון ארויסהעלפן די ארטיגע חסידים מיט טיקעט'ס און אכסניות אנבאלאנג די נסיעות קיין סקווירא.
גלייכצייטיג ארבעטן די חברי מכון נתיבות קודש ארויסצוגעבן א ספעציעלע ספר 'נתיבות קודש' אויף עניני הכנסת ספר תורה, צוזאמגענומען פון דברות ושיחות קודש פון רבי'ן שליט"א דורכאויס די יארן בענין כתיבת והכנסת ספר תורה. אויך וועט ערשיינען צום מעמד א ספר 'ליקוט הלכות ספר תרה' וואס ווערט צוזאמגעשטעלט דורך די הנהלת בית הוראה ד'שיכון סקווירא.
Comments