מוצאי שבת פ' ויגש • ד' טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש
תלמידי וחסידי סאטמאר האבן פארלאפענעם ערב שבת חנוכה עראהלטן די פריידיגע נייעס אז ק"ק סאטמאר אין מאנסי האט עררייכט א מזל'דיגע "גמר המקח" אויפ'ן ביהמ"ד החדש יטב לב ד'סאטמאר שכונת יוניאָן אין מאנסי.
דאס קומט אין א צייט וואס דער שטאט מאנסי מאנסי ווערט היינט באזעצט מיט פרישע סאטמארער משפחות, בפרט איז די הערליכע שכונת יוניאָן אין מאנסי אויסגעשטיגן אַלס הערליכע צענטער פאר סאַטמאַרער יונגעלייט וועלכע האָבן זיך געצויגן צו די געגנט, וועלכע איז באַקאַנט מיט שיינע רחבות'דיגע דירות, דעריבער האָבן די געטרייע עסקנים זיך אַריינגעוואָרפן בעובי הקורה אַהערצושטעלן אַ לעכטיגע ווינקל וואו דער ציבור חסידי סאטמאר זאָלן קענען דאַווענען און שטייגן אינאיינעם.
בברכת הקודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א און גיסו הגה"צ גאב"ד סאטמאר מאנסי שליט"א, האָבן די עסקנים אָפגעדינגן אַ פאַסיגע לאָקאַל מיט עטליכע יאָר צוריק, און עס איז דאַן געעפענט געוואָרן די ביהמ"ד יטב לב שכונת יוניאָן אַלס שיינע מגדל אור פאר תלמידי וחסידי סאַטמאַר תושבים אין די אומגעגענט, אבער באַלד מיט'ן ערעפענונג פונעם ביהמ"ד האָבן די עסקנים זיך דערזעהן אַז די געברויך פאַר'ן ביהמ"ד איז פול העכער ווי פאָראויס געשאַצט מיט'ן אויסטערלישן בליה און וואוקס פונעם ציבור און זיך אַריינגעוואָרפן צו טרעפן אַ שטח נכון ונשא נאָכצוקומען די געברויך.
נאך לאנגע זוכעניש און אינטערווענצן האט מען בס"ד געטראפן א צוגעפאסטער שטח אויף די טווין גאס, אין גרויסקייט פון 12,000 סקווער-פיס צו קענען אהערשטעלן דעם פראַכטפולן דריי שטאָקיגע בית רבתי לתורה ולתפלה, און מ'האָט געסיינט קאָנטראַקט אויפ'ן שטח.
ווי די עסקנים געבן איבער לויטעט די פלענער צו אַדורכפירן העפטיגע רענאָוואַציעס אויפ'ן עקזיסטירענדע געביידע, און אין צוגאָב אַרויסבויען אַ גרויסע עקסטענשאָן אַרום די בנין, וואָס אינאיינעם וועט דאָס פאָרמירן דעם גרויסן דריי שטאָקיגע געביידע, וואס וועט ארייננעמען די צענטראַלע ביהמ"ד, א מקוה טהרה, אַ חדר הוראה, מיט חדרי התפלה פאר די מנינים בימות החול.
צו קענען פינאַנצירן די ריזיגע קאסטן אָפצוקויפן די שטח האָבן זיך די חשובע מתּפללי הביהמ"ד אנגעגאַרטלט ביי א רייע מסיבות מיט הערליכע פאַנטאַסטישע סכומים צו קענען צוטרעטן צום גמר המקח, און נאָך לאַנגע וואָכן פון העפטיגע צוגרייטונגען צום גמר המקח, האָט מען דעם פאַרגאַנגענעם ערב שבת חנוכה זוכה געווען אין אַ מזל'דיגע שעה צו פאַרענדיגן די גמר המקח אויפ'ן שטח, מיט'ן ענדגילטיגע קלאָוזינג בשעה טובה ומצלחת, דעם שבת איז אָפגעראָכטן געוואָרן אַ גרויסאַרטיגע קידושא רבה, לכבוד די פריידיגע מאמענט, וואו מ'האָט אָפגעגעבן אַ שבח והודאה אויף די גרויסע דערגרייכונג בסייעתא דשמיא.
Comments