top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ממהרים לבוא: האד' מקארלין סטאלין מיט קריאה קדושה פאר חסידיו אין מודיעין עילית נישט צו פארן נאכ'ן זמן כתקנת רבני העיר

עודכן: 25 בדצמ׳ 2024

דינסטאג פ' מקץ • כ"ג כסלו תשפ"ה | בחצרות הקודש

 

אין צוזאמענהאנג מיט די נייע גדר וסיג למען קדושת השבת וואס איז אוועקגעשטעלט געווארן דורך די רבני העיר מודיעין עילית, אז מ'זאל נישט פארן נאכ'ן זמן הדלקת הנירות, איז כ"ק אדמו"ר מקארלין סטאלין שליט"א ארויס מיט א ספעציעלע מכתב קודש ובקשה צו עדת חסידיו תושבי מודיעין עילית, מיטצושטיין מיט די וויכטיגע תקנה און זיך פולקאם צושטעלן צו דאס וואס די רבני העיר האבן מתקן געווען למען הרמת קדושת השבת ולהסיר מכשול.


דער רבי שליט"א ברענגט ארויס אינעם בריוו אז ער איז זיך מצטרף מיט די התעוררות דורך די רבני העיר ומנהיגי הקהילות אין מודיעין עילית מתקן צו זיין גדרים אין שמירת שב"ק, נישט צו פארן נאכ'ן זמן הדלקת הנירות, און דער רבי דרוקט זיך אויס אז ער האפט אז מ'וועט נאך מער מוסיף זיין מחול על הקודש, ווייל דאס ארויספארן ערש"ק אין די שפעטע נאכמיטאג שעות גרעניצט זיך מיט חילול שבת, נאכברענגענדיג מנהגם בקודש פון זיינע הייליגע זיידעס אז ווען זיי האבן געדארפט ארויספארן ערגעץ אויף שבת זענען זיי ארויסגעפארן אין א גאר פריע שעה איידער שבת.


באזונדער ברענגט דער רבי נאך מספה"ק בית אהרן, וואו דער הייליגער סטאלינער זי"ע איז מתריע בקול חוצב להבות אש קעגן אזעלכע וואס זענען מזלזל אין שמירת קדושת שבת, און ער ענדיגט צו מיט'ן הייליגן חרוז פונעם טאטן ז"ל "השבת נועם הנשמות והשביעי עונג הרוחות" פונעם הייליגן זמר קה אכסוף.


דער בריוו איז געשריבן און אונטערגעשריבן געווארן בפקודת הקודש פונעם רבי'ן דורכ'ן משב"ק הרה"ח ר' שמעון שווארץ, און איז בליץ שנעל געווארן פארשפרייט צווישן אלע חסידים תושבי העיר מודיעין עילית, און צוגלייך פאר'ן ציבור אויך אין אנדערע שטעט, צו זיין באוואוסטזינינג מיט די תקנת העיר וואס איז נוגע ווען מ'קומט אהין צוגאסט.



Comentários


bottom of page