top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ביקור קודש • שיינעם באזוך פון האד' מצאנז קלויזנבורג אין שטאט לעיקוואד

מיטוואך פ' בהעלתך - י"ח סיון תשפ"ג | קול בחצרות


דעם אנהייב וואך איז כ"ק מרן אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א אנגעקומען אויף א באזוך אין שטאט לעיקוואד.


מאנטאג נאכמיטאג איז דער רבי שליט"א אנגעקומען לבית האכסניא ביי הנגיד החסיד ר' הערשל רייכמאן הי"ו עמוד התווך פון קהילות ומוסדות צאנז קלויזענבורג ברחבי תבל, שפעטער ביינאכט האט דער רבי באשיינט בראש השמחה בבית הנגיד החסיד ר' דוד מאשינסקי הי"ו סגן ראש הקהל צאנז קלויזענבורג אין קרית צאנז לעיקוואד ובונה ומקים פונעם נייעם בנין ביהמ"ד הגדול צאנז קלויזענבורג וועלכער ווערט יעצט געבועיט אין קרית צאנז לעיקוואד, דער רבי שליט"א האט אפגעראכטן א לחיים טיש און געטאנצן מצוה טאנץ כנהוג.


דינסטאג אינדערפרי האט דער רבי געדאווענט שחרית בבית האכסניא, אינאיינעם מיט די אברכי הכולל פון קרית צאנז לעיקוואד, נאכן דאווענען האט דער רבי אויפגענומען דעם ציבור חסידים לעצה ולברכה.


אזוי אויך זענען אריין די עסקני המוסדות אין קרית צאנז לעיקוואד, אין שפיץ פון הרה"ג ר' צבי אלימלך הערשקאוויטש דומ"ץ הקריה, און דורכגעשמועסט די פלענער פון די נייע בנין ביהמ"ד הגדול און דער בנין התלמוד תורה דחסידי צאנז קלויזענבורג וועלכער מען הייבט אן בויען די טעג אין צענטער פון שטעטל.


אינמיטן טאג איז דער רבי געגאנגען אויף א באזוך ביקור חולים ביי א זוהן פון הגה"צ אב"ד רודניק לאס אנזשלעס שליט"א , וואו דער רבי האט דורש געווען בשלומו און פארפירט א שיינע שמועס בדברי תורה וסיפורי צדיקים.


שפעטער נאכמיטאג איז דער רבי ארויסגעפארן קיין טאמס ריווער נעבן לעיקוואד, וואו דער רבי וועט זיך אויפהאלטן די קומענדיגע טעג אויף אפרוה.


ביינאכט איז דער רבי אנגעקומען באשיינען די שמחת החתונה בבית הנגיד החסיד ר' טובי' ראזענבערג הי"ו בונה ומקים פון די קריה נאמנה קרית צאנז לעיקוואד און ראש הקהל צאנז קלויזענבורג אין קרית צאנז לעיקוואד, איידעם ביי הנגיד החסיד ר' הערשיל רייכמאן הי"ו עמוד התווך של ממלכת צאנז קלויזענבורג ברחבי תבל. דער רבי האט פארפירט א שיינעם שמועס מיטן זיידן הרה"ג ר' יחיאל קויפמאן אב"ד אנשי ספרד אין בארא פארק, און אפגעראכטן א לחיים לכבוד די שמחה.


דערנאך איז דער רבי געטאנצן מצוה טאנץ, און געטאנצן א עקסטערע ריקוד מיטן חתן. דערנאך האט דער רבי געטאנצען מיט די מחותן הנגיד החסיד ר' טובי', די זיידעס הנגיד החסיד ר' הערשל רייכמאן, הרה"ג ר' יחיאל קויפמאן אב"ד אנשי ספרד אין בארא פארק און הנגיד החסיד ר' מיכל ראזענבערג פון מאנטריאל.


נאכן וואונטשן די חתן כלה און די בני המשפחה, אין די גאר שפעטע נאכט שעות איז דער רבי געפארן קיין קרית צאנז לעיקוואד ווי דער רבי האט געדאווענט מעריב אין בית המדרש. דערנאך איז דער רבי געגאנגען באקוקן די מקוה וואס ווערט געבויעט נעבן ביהמ"ד, און דער רבי האט אדורכגעשמועסט מיט די רבנים ודיינים די חומרות והידורים וואס ווערט געמאכט כדת וכדין.


דערנאך איז דער רבי צוריקגעפארן צו טאמס ריווער, וואו דער רבי האלט זיך אויף די טעג אויף אפרוה.















Comments


bottom of page