מיטוואך פ' ויקהל • כ"ו אדר א' תשפ"ד | בחצרות הקודש
דעם שבת ביי מיטאג טיש, האט זיך מרן אדמו"ר מוויז'ניץ שליט"א באצויגן מיט ווייטאג, איבער א אינצידענט וואס האט זיך אפגעשפילט אינמיטן די ימי השבעה, ווען איינע פון די גדולי האדמורי"ם איז אנגעקומען מנחם אבל זיין דעם רבי'ן אין באגלייטונג פון א גרויסע ציבור פון זיינע חסידים, און כדי צו האלטן ארגענונג האט מען זיך נישט נוהג מיט זיי בכבוד הראוי. דער רבי האט דערביי דערציילט א מעשה וואס האט פאסירט ביים חידושי הרי"ם, ווען ער האט געבעטן פונעם גבאי אריינצורופן נאך אכט אידן פאר א מנין, און דערווייל האט זיך אריינגעשטופט נאך איינער און דער גבאי האט אים דערלאנגט א פראסק, האט דער חידושי הרי"ם געזאגט אז מ'זאל יענעם צוריק אריינרופן, וויבאלד ער וויל נישט מצרף זיין דעם גבאי'ן צום מנין, נאכדעם וואס ער האט געהויבן א האנט אויף א צווייטע איד.
די זעלבע, האט דער רבי אויסגעפירט מיט ווייטאג, וויל ער נישט מצרף זיין צום מנין די אלע וואס האבן געהויבן הענט, און אלס תשובת המשקל זאלן זיי אריינקומען צו איהם נאך שבת און זיך מתוודה זיין וואס זיי האבן געטון און דורכדעם וועלן זיי האבן א תיקון.
דערנאך האט דער רבי אנגעהויבן זינגען א גור'ע טאנץ ניגון און מעודד געווען די ניגונים. נאכ'ן ענדיגן זינגען, האט דער רבי צוגעלייגט, אז דאס איז געווען פון די יסודות אין חסידות, מבטל צו זיין דעם יש, נישט טראכטן נאר פון זיך, נאר ארייננעמען נאך אידן צוזאמען און ליב האבן יעדן איד.
Comments