top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קְדשׁ הֵיכָלֶךָ • שמחת ברית מילה בחצרות סקווירא - וויז'ניץ

דאנערשטאג פ' משפטים • כ"ט שבט תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: מלכות ויזניץ בטלגרם


ברגשי גיל וחדווה איז נעכטן פארגעקומען די שמחת ברית מילה בבית סקווירא - וויזניץ, הרך הנימול דאפלטע אור אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, און א אור אייניקל ביי גיסו מרן האדמו"ר מוויזניץ שליט"א, בן הנולד ביי הרב יעקב יוסף טווערסקי שליט"א, זוהן פון הרה"צ רבי אהרן מענדיל און איידעם ביי הרה"צ רבי יצחק טווערסקי. די שמחת הברית איז פארגעקומען אינעם ביהמ''ד הגדול אין שיכון סקווירא מיט די השתתפות פון א גרויסער ציבור חסידים, אין שפיץ פון די געהויבענע עלטער זיידע'ס כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, און מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א וועלכע איז צוגאסט די טעג אין ניו יארק לטובת בית וויזניץ, און אזוי אויך האבן זיך אנגעזעהן די חשובע געסט פון ארצינו הקדושה כ"ק אדמו"ר מטאלנא שליט"א אין כ"ק אדמו"ר מבערגסאז שליט"א וועלכע זענען צוגאסט די טעג אין סקווירא שטעטל.


מיט סנדקאות איז מכובד געווארן דער עלטער זיידע מרן אדמו"ר מוויז'ניץ שליט"א, און די זיידע די סקווירא רבי שליט"א האט געזאגט די ברכות און קריאת השם, ויקרא שמו בישראל 'ישכר דוב' נאך די זיידע הרה"ק מהרי"ד מבעלזא זי"ע. די זיידע הרה"צ רבי אהרן מענדיל איז מכובד געווארן מיט כסא של אליהו, און די זיידע הרה"צ ר' יצחק מיט עמידה לברכות, מן הכסא די פעטער כ"ק אדמו"ר מראחמסטריווקא מאנסי שליט''א.


תיכף נאך די ברית איז פארגעקומען די מסיבת לחיים אין שפיץ פון די אדמורי"ם שליט"א וועלכע האבן טועם געוועהן פון די מזונות אין וויין, מען האט געזינגען ניגוני שמחה און די גאנצע ציבור איז א דורך וואונטשן לחיים און מזל טוב. נאך א קורצע הפסקה זענען די רבי'ס ערשינען צום סעודת מצווה און זיך געוואשן צום סעודה. צווישן די מאכלים האט מען געזינגען ניגוני שמחה שבח והודאה, און די וויזניצע רבי האט פארגעזינגען אודה. מיטן בענטשן איז מכובד געווארן די זיידע הרה"צ רבי אהרן מענדיל און מיט די הרחמן'ס די זיידע הרה"צ רבי יצחק, נאכן ברית איז די וויזניצע רבי צוגעפארן צום קימפעטארין הייםאין שיכון סקווירא ווי די רבי האט געוואונטשן מזל טוב פאר די יולדת.







Comentarios


bottom of page