top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

חסידי באבוב-45 קוקן זיך צו מיט פרייד צום פארשריט ביים ביהמ"ד הגדול והחדש‎

מיטוואך פ' משפטים • כ"ח שבט תשפ"ד | בחצרות הקודש


חסידי באבוב 45 קוקן זיך אין די יעצטיגע טעג און וואכן צו מיט גרויס פרייד און התרגשות אויף די מארשירנדע בוי פארשריט וואס ווערט געמאכט ביים בנין ביהמ"ד הגדול והחדש באבוב 45 , ההולכת ונבנה מיט א מאסיווע ארבעט'ס קראפט לנצח על מלכת בית השם.


אלס א דירעקטע תוצאה פון דעם שטארק מוצלח'דיגן קאמפיין 'בית חיינו' ווי עס איז אויפגעטריבן געווארן איבער צוועלעף מיליאן דאלאר צו קענען פארענדיגן דעם נייעם ביהמ''ד הגדול בעוד מועד, טוט די בוי ארבעט ביים נייעם ביהמ''ד פאראויס-שפאנען מיט א שנעלן אימפעט יעדן פארבייגייענדן טאג צו ברענגען נענטער דעם אויפבוי פונעם ביהמ"ד הגדול והחדש. אין די טעג ארבעט מען אויף די הערליכער ציגל וואס וועט ווערן ארויפגעצויגן אויף די הויעך שטאקיגע געביידע נאך וואס די דאך און די שטיגן זענען נארוואס פארענדיגט געווארן, די צענטראלע שטיגן וואס לויפן פון הונטן ביז אויבן זענען פארגאנגענע וואך איינגעשטעלט געווארן. אויך ארבעט מען שוין אויף די עלעקטריק און פלאמבינג פאר די גאנצע געביידע. 


אין די זעלבדע צייט ווערט געמאכט גרויס פארשריט ביים אויסשטעלן און דעזיינען די מקוה אויפ'ן שענסטן און מערסט רחבות'דיגן פארנעם. צווישן אנדערע האבן די געטרייע עסקני 'קרן הבנין' באזוכט אין דעם נייעם מקוה אין שיכון סקווירא, זיך צו באקענען פון די נאנט מיט א פראיעקט פון א גרעסערע מקווה, וואס איז ממש לעצטענ'ס געבויט און באנייעט געווארן. אזוי אויך איז אין די טעג אפגעהאלטן געווארן אן אסיפה בבית הגה"צ אבד"ק באבוב 45 שליט"א מיטן בעל מכשיר הרה"ג רבי יצחק טריגער פון די גרעסטע מומחים בעניני מקוואות וואו עס איז אויסגעשמועסט געווארן אלע חומרות אין הידורים פונעם נייעם מקוה לטהרתן של ישראל.



















Comments


bottom of page