top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הונדערטער אידן מיטגעהאלטן שמחת הנישואין פון הכלה בת המשפיע הרה"צ רבי נחמן בידערמאן מלעלוב

מאנטאג פ' כי תשא • י"ז אדר א' תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: משה גולדשטיין


מיט התרוממות הנפש וחדוה דקדושה איז פארלאפענעם מיטוואך געפראוועט געווארן די געהויבענע שמחת הנישואין אין די הויפן פון ביאלא אין לעלוב, בשעה טובה ומוצלחת החתן א אור אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מביאלא שליט"א, מיט די כלה א טאכטער פון הרה"צ המשפיע רבי נחמן בידערמאן שליט"א מלעלוב, די חתונה איז געפראוועט געווארן אין די זאלן פון מונדיאל אין ירושלים, במקהלות הונדערטער חסידים ואנשי מעשה וועלכע האבן מיטגעלעבט לאנגע שעות בצילא דמהימנותא עילאה פונעם אבי הכלה די משפיע מפורסם.


די שמחה האט זיך אנגעהויבן מיטן מעמד קבלת פנים ביי וועלכן מען האט א לענגערע צייט געזינגען ניגוני התעוררות און געהערט דברי כיבושין, דאן איז די געהויבענע עלטער זיידע כ"ק אדמו"ר מביאלא שליט"א ערשינען אין זאל מיט א קענטיגע התרגשות, ווען איש דורות ראו עיניו - זייענדיג די ערשטע חתונה פון א אור אייניקל וואס די רבי האט דערלעבט אין האט זוכה געוועהן אנטייל צו נעמען לפאר על ראש שמחתו, די רבי האט מסדר געווען די כתובה און געבענטשט די חתן, דאן איז מען ארויס צום באדעקן אין די צייט וואס די בחורי הישיבות דחסידי ביאלא זענען דורך אל מול פני הקודש וואונטשן מזל טוב.


ביים חופה איז די ביאלא רבי שליט"א מכובד געווארן מיט סידור קידושין, מיט קריאת הכתובה איז מכובד געווארן די פעטער הגאון רבי יהושע ליבערמאן ראש ישיבת שומרי החומות, די ברכות זענען צוטיילט געווארן צווישן די זיידעס הגאון רבי יקותיאל ליבערמאן אב"ד סאדיגורא ירושלים, און הרה"צ רבי דוד מאניש ראבינאוויטש בן כ"ק אדמו"ר מביאלא שליט"א, און די פעטער'ס כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א פון בארא פארק, הרה"צ המשפיע רבי אלימלך בידערמאן און הגה"צ רבי יעקב שלום טויב אב"ד עתלית, ברכה אחריתא די פעטער הגה"צ רבי חיים יוסל בידרמאן אב"ד לעלוב.


דאן האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים, אין דאן איז די זיידע כ"ק האדמו"ר מביאלא שליט"א געטאנצן מצוה טאנץ לפני הכלה, און דערנאך ארויס אין א ריקוד מיט די חתן אין מחותנים, צום שלוס האט די רבי געוואונטשן מברכות קדשו לכל העם הנאספים, און די רבי האט זיך צוריקגעקערט לביתו נאווה קודש.


א קורצע צייט נאכן מעמד החופה איז די משפיע הרה"צ רבי נחמן אריינגעקומען אין זאל צום סעודת החתונה, אין האט לאנגע שעות מעודד געווען די ריקודין, געטאנצן לעבעדיג און דערהויבן דעם ציבור העכער און העכער. עס איז געווען א מחזה הוד צו זעהן ווי פילע חסידים ומעריצים פון נאנט אין פון ווייט פרייען זיך מיט בשמחתו הגדולה.


בשעת די סעודת החתונה איז ערשינען די מחותן כ"ק אדמו"ר מראחמסטריווקא שליט"א וועלכע האט זיך געוואשן צום סעודה און מכובד געווארן מיט ברכה אחריתא נאכן בענטשן.  דורכאויס די שמחה האבן זיך אויך משתתף געוועהן ביי די שמחה, די פעטער'ס האדמורי"ם מלעלוב ניקלשבורג, לעלוב עזרת תורה און סאסוב, האדמורי"ם מסאדיגורא ירושלים, מיאלען, ראדושיץ און נאך פיל.


נאכן בענטשן האט מען ממשיך געווען מיט די מצוה טאנץ, ווי מען האט אויפגעריפן די חשובע זיידעס און מחותנים לפני הכלה, צום קלימאקס האט מען צוגעטראטן צום מצוה טאנץ פון דער געהויבענער מחותן הגה"צ ר' נחמן שליט"א, איידער די מצוה טאנץ האט דער משפיע אויפגעטרעטן מיט פייערדיגע ווערטער געפלאכטן מיט ווארימע ניגונים כהכנה דרבה, ארומרעדנדיג אויף די געוואלדיגע השפעות וואס מ'קען אצינד אויספועל'ן, און דברי הכנה שטייענדיג לקראת די ימי הפורים הממשמשים ובאים און דאן געטאנצן די ריקודין קדישין לפני הכלה בהתלהבות אש קודש. עס איז שוין געווען שפעט אין די נאכט ווען דער ציבור האט פארלאזט די זאל נאך די געהויבענע חתונה, אנגעזאפט מיט השפעות טובות ברוחניות ובגשמיות.















































Comments


bottom of page