דינסטאג פ' ויגש • ל' כסלו תשפ"ה | בחצרות הקודש
אבד צדיק וחסד מן הארץ: מיט גרויס שאק און טיפע טרויער האבן חסידי ברסלב היינט אויפגענומען די ביטערע בשורה איבער די פלוצימ'ע פטירה פון האי גאון וחסיד, מלהיב לבבות ומרביץ תורה למאות, רבי חיים בנימין ווערטהיימער זצ"ל פון די געהויבענע און ארויפגעקוקטע משפיעים און פערזענליכקייטן אינערהאלב ק"ק ברסלב, וועלכער איז פריצייטיג נפטר געווארן אין עלטער פון זעכציג יאר.
דער נפטר זצ"ל האט נאך זוכה געווען צו וויילן דעם שבת חנוכה ביים ציון הק' אין אומאן, זונטאג האט ער זיך אהיימגעקערט קיין ארץ ישראל, און היינט דינסטאג איז ער אוועקגעפאלן און קורצליך דערויף מחזיר געווען נשמתו ליוצרה, צום אומגעהויערן צער און טרויער פון די הונדערטער מעריצים און מקשיבים און ערשיטערטע בני המשפחה.
דער נפטר זצ"ל איז נאך אלץ בחור נתקרב געווארן קיין ברסלב, און איז געווארן אן איידעם ביי הגה"צ רבי נתן ליבערמענש שליט"א, חשובי משפיעי וחשובי חסידי ברסלב.
ר' חיים בנימין איז געווען א תלמיד מובהק און זיך מתאבק געווען בעפר רגליו פונעם פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א, אין וועם ער איז געווען דבוק בכל נימי נפשו. מיט די יארן איז ער אויסגעשטיגן אלס איינע פון די חשוב'סטע משפיעים אינערהאלב קהילת חסידי ברסלב 'קרן אור' בנשיאות הגאון הצדיק רבי יעקב מאיר שכטר. ביי אלע מעמדים און כינוסי חיזוק האט ר' בנימין חיים אויפגעטרעטן און אויפגעווארעמט די הערצער בתורת הרה"ק רבי נחמן מברעסלב זי"ע.
זיין פטירה שפירט זיך אלס פערזענליכע קלאפ פאר חסידי ברסלב שומעי לקחו און לאזט איבער א גרויסן חלל אין קהלת קרן אור. ער לאזט איבער זיין חשוב'ע רביצין תליט"א און א שיינעם דור פון חשוב'ע בנין רבנן.
די לוי' איז ארויס היינט נאכט, נר ז' דחנוכה, פון ביהמ"ד קרן אור אויף רחוב חבשוש נעבן שכונת מאה שערים, וואו הונדערטער אידן האבן מלוה געווען דעם חשוב'ן נפטר און מקונן געווען די שווערע אבידה, און איז דערנאך געקומען לקבורה אויפ'ן הר הזיתים.
אבידה היא שאין לה תמורה
Comments