top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שמחה של מצוה: זעלטענער מעמד "פטר חמור" אפגעראכטן בחצר הקודש נדבורנה ירושלים

דינסטאג פ' משפטים • כ' שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש

 

א זעלטענע מעמד פדיון פטר חמור איז אפגעראכטן געווארן פאריגן דאנערשטאג חמשה עשר בשבט אין ירושלים עיה"ק, ווען כ"ק אדמו"ר מנדבורנא ירושלים שליט"א האט מקיים געווען די זעלטענע מצוה ברוב עם הדרת מלך, בבית מדרשו אין ירושלים.


די זעלטענע מציאות פון מקיים זיין די מצוה פון פדיון פטר חמור, איז פארווירקליכט געווארן ביי איינעם פון די מקורבים לחצר הקודש הרב יחזקאל שרגא פרידמאן הי"ו וועלכע האט גענימען אויף זיך א מיסיע צו מזכה זיין דעם רבי'ן שליט"א מיט די זעלטענע מצוה פון פדיון פטר חמור.


דער מעמד איז פארגעקומען בפניא דמעלי יומא חמשה עשר בשבט נאכן עריכת שולחן הטהור לכבוד היום ווען דער היכל ביהמ"ד איז געווארן מלא על גדותיו מיט די הונדערטער חסידים, בחורי הישיבות און תשב"ר און פילע תושבי העיר וואס זענען געקומען מיטלעבן די זעלטענע מעמד.


קורצליך נאכן טיש איז דער רבי ערשינען צום מעמד, און איז ענטפאנגען געווארן מיט פייערליכע שירה וזמרה דורכ'ן גאנצן ציבור, מיט דברי פתיחה האט אויפגעטרעטן דער מנהל המוסדות הרב יעקב יוסף באטלמאן הי"ו, און מען האט געהערט א פייערדיגע דרשה פונעם נואם הכבוד דער מגיד מישרים הרה"ג ר' מנשה ישראל רייזמאן שליט"א מיט שיינע ענינים ארום די סגולת וקדושת המצוה.


די קאפעליע האט געזינגען ווארעמע ניגונים כהכנה צום גרויסן מצוה, דאן האט אויפגעטרעטן דער רב הקהילה הרב הגאון ר' אליעזר האלטובסקי שליט"א, וועלכער האט אויסגעשמועסט די פונקטליכע הלכות און סגולות פון מצות פדיון פטר חמור, דערביי האט מען אויסגערופן בפקודת הקודש דער ציבור זאל מכוון זיין בזכות המצווה לרפואתו השלימה פון מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א רבי ישראל בן לאה אסתר.


דאן האט די רבי צוגעטרעטן בדחילו ורחימו צום מקיים זיין די מצווה נדירה, און געמאכט די קנינים ווי די הלכה פארלאנגט, געזאגט די לשם יחוד, און דאן געזאגט די ברכה על פדיון פטר חמור מיט גרויס התרגשות, דערנאך האט דער רבי איבערגעגעבן די לעמעלע פארן כהנא חסידא, הגה"צ רבי יצחק אייזיק כהנא שליט"א רב ביהמ"ד זופניק אין ירושלים, און דערמיט איז די חמור געווארן אויסגעלייזט, כדין וכהלכה.


דער ציבור האט דערביי אויסגעבראכן אין פייערליכע טענץ וואס האט אנגעהאלטן פאר א לענגערע וויילע, בעת דער רבי שליט"א איז פארקאכט אין די ריקודין נלהבים, און געהויבן דעם ציבור טפחיים מעל הקרקע, שש ושמח לעשות רצון קונו, באזונדער איז די רבי געטאנצן מיטן כהן, און מיט הרב יחזקאל שרגא פרידמאן וועלכע האט מזכה געווען דעם רבי'ן שליט"א מיט די מצווה.


דערנאך האט דער רבי אויפגעטרעטן מיט דברות קודש, און מיט א קול געשטיקט פון טרערן און התרגשות האט ער ארויסגעברענגט זיין געוואלדיגע שמחה ווען ער איז זוכה צו מקיים זיין דעם זעלטענעם מצוה, און אנגעוונטשן דעם ציבור מיט פיל ברכות, דאן האט גענימען דאס ווארט דער כהן הפודה הגה"צ רבי יצחק אייזיק כהנא שליט"א וואס האט זיך באדאנקט פארן רבי'ן פארן איהם מזכה זיין צו זיין די כהן הפודה.


צום שלוס פונעם מעמד איז די גאנצע ציבור דורך ביים רבי'ן שליט"א באקומען פירות לרגל ראש השנה לאילנות, שפעטער איז פארגעקומען די סעודת מצוה אויף א פריוואטע פארנעם דורך די בני המשפחה, מיט'ן השתתפות פונעם רבי'ן שליט"א וועלכער האט משמיע געווען דברות קודש לכבוד המאורע.


































Comments


bottom of page