מוצאי שבת פ' שמות • י"ט טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש
מיט אומגעהויערע צער און טרויער ווערט אויפגענומען בעולם החסידות די הסתלקות לשמי מרום פון האי גאון וצדיק נשגב, חסידא ורחימא נהורא נפישא, עושה חסד לאלפים, כ"ק גאב"ד פשעווארסק וויליאמסבורג זצ"ל, הגאון הצדיק המפורסם רבי משה אהרן רייך חתנא דבי נשיאה פון הרה"ק רבי יענקעלע פשעווארסק זצוק"ל, וועלכער איז דעם שבת נסתלק געווארן אין עלטער פון 74 יאר, לדאבון לב כל בית ישראל.
מיט'ן הסתלקות פונעם פשווארסק-וויליאמסבורגער רב איז איבערגעריסן געווארן א בריק פון אן אמאליגן באגריף פון חסידי קדמאי, א חסיד המתחסד עם קונה, און א מושלם בג' עמודי עולם, ובפרט אינעם עולם חסד יבנה, סימבאליזירנדיג א דמות פון "כל כולו חסד", און איין שטיק אהבת ישראל, און זיך מצטיין געווען אין די מדה פון "הכנסת אורחים" למעלה מן המשוער, זייענדיג א הארציגער און ליבליכער טאטע פאר יעדן הונגערער איד און צעבראכן הארץ, ער האט יעדן מקרב געווען און באזארגט מיט אלעם וואס פעלט אים.
דער רב ז"ל האט זוכה געווען אויסדערוועלט צו ווערן אלס חתנא דבי נשיאה פון הרה"ק רבי יענקעלע פשעווארסק זצ"ל, ביי וועם ער האט גענאסן אן אויסטערלישע חביבות און קירבה יתירה, און צוגלייך האט ער נושא חן געווען ביים הייליגן זיידן, הרה"ק רבי איציקל מפשעווארסק זי"ע, וועלכער האט אים גאר שטארק מחבב געווען און ארויסגעצייגט אותות אהבה בלי מצרים.
דורכאויס די יארן וואוינענדיג אין אנטווערפן איז דער רב ז"ל געווען סמוך על שולחן חותנו, הרה"ק רבי יענקעלע וועלכער האט אים שטארק מעריץ געווען און זיך אויסגעדרוקט בשבחו פונעם באליבטן איידעם דער רב ז"ל, עד כדי כך, די מורא'דיגע הגדרה אז דער איידעם רבי משה אהרן איז "רבי ישעי'לע בדורינו"!
צוזאמען מיט זיין רביצין, הרבנית הצדיקת בת קדושים שרה חנה פעסיל זכרונה לברכה, האט דער רב ז"ל אויפגעשטעלט דעם בית צדיקים יבורך. די רביצין איז געווען מפורסמת במעשי' הטובים, און ברייט בארימט אלס אשה צדקנית וועמענ'ס תפילות און ברכות זענען פועל ישועות בקרב הארץ, ורבים נוושעו מפי', האבנדיג דעם זעלטענעם כח צו וואונטשן און פועל'ן ישועות פאר אידישע קינדער, וואס זי האט מקבל געווען פון איר הייליגן זיידן רבי איציקל זי"ע.
די שטוב פונעם רב ז"ל איז שנעל באוואוסט געווארן אלס ביתו של אברהם אבינו, וואו עס איז אלעמאל געווען צו עסן צו דער זעט, אין וואס דער רב ז"ל איז זעלבסט געשטאנען על המשמר צו באזארגן די געסט און זיכער מאכן אז יעדער וואס טרעט איבער דעם שוועל ארויס גייט ארויס זאט, מש"ה עומד ומשמש, ואהר"ן אוהב את הבריות ומקרבן לתורה, מיט זיינע פעולות חובקות פון הכנסת אורחים און אש"ל מלא וואס ער האט אנגעפירט במעונו של חסד.
שפעטער נאכ'ן הסתלקות פונעם שווער רבי יענקעלע ז"ל, האט דער רב ז"ל אנגעפירט די הערליכע פשעווארסקער ביהמ"ד אין עיר ואם בישראל וויליאמסבורג אויף פענן סטריט, וואס איז באקאנט ארן אלס מקום תורה ותפלה וואו מאסן אידן קומען זיך ווארעמען די הערצער און נשמות מיט די ווארעמע תפילות און טישן בצל הקודש פונעם רב ז"ל וועלכע פלעג אפט ארויסקומען אויף שיינע שבתים ויומי דפגרא, ווען צוגלייך האט דער רב אויך אין וויליאמסבורג תיכף איבערגעפלאנצט דעם מאסיוון חסד אפאראט, אויסשטייגנדיג אלס ערשטער אדרעס ביי יעדן גאסט און נצרך, וואו עס ווערט ברייטהארציג סערווירט קעניגליכע מאלצייטן בסבר פנים יפות.
מיט עטליכע יאר צוריק, ביי די שווערע קאראנא עפידעמיע, האט דער רב ז"ל פארלוירן אשת נעוריו, הרבנית הצדיקת ע"ה, און דער רב ז"ל האט זיך געשטארקט ווייטער אנצוגיין מיט די עבוה"ק בג' עמודי עולם. די לעצטע שטיק צייט איז דער רב שטארק אפגעשוואכט געווארן, און די חולשה האט זיך ליידער גובר געווען מיום ליום, כלל ישראל האט איינגעריסן לרפואתו השלימה, אבער ליידער זענען די שערי רחמים געווען פארשלאסן, און דער רב האט מחזיר געווען נשמתו הטהורה ליוצרה, ארויפקומענדיג אויסגעלייטערט און אויסגעהייליגט, אנגעלאדנט מיט אומצאליגע מצוות ומעשים טובים ומעשה חסד בלי גבול וערך.
דער רב ז"ל לאזט איבער א הערליכן דור בנין וחתנין רבנן, ומרביצי תורה בישראל, לשם ולתפארת בית פשעווארסק ולמעב"ק, בנו הגדול הרה"צ רבי נפתלי אלימלך שליט"א חתן כ"ק אדמו"ר מביטשקוב זצ"ל, בנו הרה"צ רבי איציקל שליט"א אבד,ק פשעווארסק וויליאמסבורג חתן כ"ק אדמו"ר מסקאליע שליט"א, בנו הרה"צ רבי אברהם שמעון שליט"א חתן הרב הרה"צ ר' ישראל מענדל וואגשהאל שליט"א, אשת הרה"צ רבי מענדל הארוויץ שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מבית יצחק ספינקא שליט"א, און זיינע שוואגערס יבלחט"א כ"ק אדמו"ר מפעשווארסק שליט"א און כ"ק אדמו"ר מספינקא אנטווערפען שליט"א.
פרטים איבער די מסע הלוי' וועט נאכפאלגן.
וכל בית ישראל יבכו את השריפה אשר שרף ה', אוי מי יתן לנו תמורתו.
Comments