מיטוואך פ' תולדות • ב' כסלו תשפ"ד | בחצרות הקודש
דעם פארגאנגאנעם שב"ק פ' חיי שרה איז אויסגעפאלן די הילולא קדישא פון הרה"ק רבי יענקעלע מפשעווארסק זי''ע וועלכער איז געווען מפורסם בגודל קדושתו, ואיש פלא ומופת בבית ישראל.
די הילולא קדישא האט זיך שוין געשפירט א וואך בעפאר, ווען מוצש"ק פ' וירא האט בנו יחידו כ''ק האדמו''ר מפשעווארסק שליט''א זייענדיג אויף אפרוה אין ווילרייק אפגעראכטן א מלוה מלכה פאר יחידי סגולה וועלכע האבן באגעשטייערט א גרעסערע סכום געלט פון העכער פון 5000 דאללער פארן כולל אוהל יעקב וואס איז געגרינדעט געווארן לשמו ולזכרו פונעם הייליגן בעל הילולא זי"ע. דער רבי שליט"א האט דערציילט עובדות מיט סיפורים אין נאכן בענטשן האבן אלע נגידים זוכה געווען צו באקומען כוס של ברכה פונעם רבין שליט"א.
אויף דעם פארגאנגאנעם שב"ק וואס איז אויסגעפאלן די הילולא קדישא בעצם יום השבת האבן זיך אנגעזעהן הונדערטער געסט פון די גאנצע וועלט, פון אייראפע, ארץ ישראל, אמעריקע, צווישן זיי צענדליגע רבנים, ודיינים, מרביצי תורה, אויך האט זיך אנגעזעהן הגאון הצדיק רבי חיים פייוויל שנעהבאלג שליט"א רב דקהל אברכים מאנסי.
דער רבי שליט"א איז צוגענגאנגען צום עמוד דורכאויס אלע תפילות דעם שב"ק.
פרייטאג צונכאטס איז די רבי שליט''א אריינגעקומען צום טיש אנגעהויבן שלום עליכם וואו די צענדליגע געסט האבן געהאט די זכי' מיטצועסן ביים שלחן המלך. דער רבי שליט"א האט געטיילט שיריים פון די מאכלים פאר די צענדליגע געסט. מיט ברכת המזון האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הרבני הנגיד החסיד המפורסם מוה"ר אלי'ש ענגלענדער פון לאנדאן, וועלכער האט געהאט די זכי' צו זיין די בעל אכסני' פון צדיקי בית פשעווארסק דורכאויס די אלע יארן. נאכן טיש האט די רבי פארטיילט פירות פארן גאנצן ציבור.
כמעשהו בראשונה כך מעשהו בשניה, ביום שב"ק האט דער רבי שליט"א אלעס געדאווענט פארן עמוד, און ר"ח געבענטשט מיט גרויס התעוררות, דערנאך ממשיך געווען מיט תפילת מוסף. נאכן דאווענען האבן די געסט די זכי' צו עסן מיטן רבין שליט"א די סעודת עתיקא קדישא. מיט ברכת המזון האט דער רבי שליט"א מכבד געווען דעם גרויסן גאסט הגאון הצדיק רבי חיים פייוויל שנעהבאלג שליט"א רב דקהל אברכים מאנסי.
מוצאי שב"ק בעפאר די מלוה מלכה זענען אלע נגידים וועלכע האבן בייגעשטייערט פארן כולל אוהל יעקב דעם סכום פון 1800 דאללער געהאט די זכי' אריינצוגיין צום רבין שליט"א לברך ולהתברך, ווא דער רבי שליט"א האט געטיילט געבענטשטע מטבעות לשמירה ולהצלחה.
אין די זעלבע צייט איז פארגעקומען די מלוה מלכה רבתי אינאיינעם מיט די סעודת הילולא קדישא פונעם גרויסן רבין ר' יענקעלע זי"ע. עס איז פארגעקומען אין די זאלן פון בית רחל אין אנטווערפן בראשות אלע רבני ודייני העיר. אין שפיץ פונעם רבינ'ס איידעמער כ"ק אדמו"ר מספינקא אנטווערפן שליט"א און כ"ק הגה''צ רבי משה אהרן רייך שליט"א אבד''ק פשעווארסק וויליאמסבורג.
איידער רבי שליט"א איז אריינגעקומען צו מלוה מלכה האט אויפגעטרעטן דער נואם הכבוד הגאון רבי חיים הלוי טירנויער שליט"א ר''מ בישיבת ווילרייק.
נאך א שטיק צייט איז דער רבי שליט"א ערשינען אין זאל. וואו דער גאנצער עולם האט מקבל פנים געווען מיט גרויס יראת הכבוד. דער רבי שליט"א האט זיך געוואשן צו די סעודת הילולא און מען האט אויפגעגעבן די מאכלים כנהוג. נאך די זמירות פון מוצאי שב"ק האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הגאון הצדיק גאב"ד אנטווערפן שליט"א זאל אויפטרעטן לכבוד די הילולא.
נאכדעם האט מען געהאט די זכי' צוהערן דברות קודש פון רבין שליט"א וועלכער האט אנגעהויבן צו דערציילן שיינע ענינים אין עובדות וואס ער האט געהערט פון טאטן לכבוד די הילולא פון הרה"ק רבי ר' הערש מרימנוב זי"ע וועמענ'ס הילולא עס געפאלט אויס ל' חשון. דערנאך האט דער רבי שליט"א גערעדט בשבח פונעם כולל אוהל יעקב וואס האט שוין ארויסגעגעבן שיינע פירות פון רבנים ומורי הוראה, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר אלע משתתפים.
צומארגנס זונטאג נאכן דאווענען איז דער רבי שליט"א ארויסגעפארן בראש קהל חסידיו קיין פיטע האלאנד צום בית החיים וואו עס ליגט באהאלטן די גרויסע בעל הילולא. די רבי האט פארגעזאגט ספר רביעי שבתהילים אין דערנאך מכבד געווען הנגיד החסיד רבי אלי'ש ענגלענדער פארצוזאגן קאפיטל ק"ז שבתהילים פסוק שבפסוק. דער רבי שליט"א האט געליינט די קוויטלעך און מרבה געווען בתפילה. דערנאך צוגעגאנגען צום ציום פון זיידן הרה"ק רבי איציקל זי"ע און פון אמו הרבנית ע"ה. און אנגעוואונטשן 'מען זאל האבן געפויעלט אלעס גוטס'.
Opmerkingen