top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

'צדק' ארגאניזאציע באזוכט ביי האד' מוויז'ניץ

מיטוואך בא ג' שבט ה'תשפ"ג



קול בחצרות - נעכטן אויפדערנאכט האבן באזוכט ביי כ''ק האדמו"ר מוויז'ניץ שליט''א אין די אכסניא אין בארא פארק א דעלעגאציע פון די בארימטע 'צדק' ארגאניזאציע אין שפיץ פונעם דינאמישער עסקן הרב משה מארגרעטן הי"ו, די רבי שליט''א האט זיי אויפגענימען מיט גרויס שעצונג אין געהערט א באריכט פון זייער אַקטיווע עסקנות איבער פאַרשידענע אַנגעלעגענהייטן לטובת הכלל והפרט בעבר בהווה ובעתיד, אין ספעציעל זייער פעולות נשגבות אַרויסצוהעלפן אחינו בני ישראל אין ווייטן אוקראַינא אין ערמעגליכן פאר אידן איבער גאַנץ אוקראַינע זיך צו קענען אַרויסזען פון לאַנד אין די יעצטיגער מלחמה אומשטענדן, דער רבי שליט''א האט שטארק אויסגערימט די אלע וואוילטעטיגע פעולות אין ס'איז זעכער אז דער געוואלדיגער זכות הרבים וואס איז תלויה בהם טוט זיי באגלייטן אויף יעדן טריט אין שריט, באזונדער האט זיך די רבי הערצליך באַדאַנקט פאר זייער געטרייע הילף אין עסקנות פאר מקורבו הנגיד ר' חיים שטערן.


דערנאך האט ר' משה מארגרעטן געשאנקן א מתנה פארן רבין א סידור א קאפי פונעם ארגינעלן סידור פונעם הייליגן בעל שם הקדוש זיע"א די רבי האט א לענגערע צייט מעיין געוועהן אין דעם סידור מיט א קענטיגע התרגשות אין אויסגעפרעגט פארשידענע פרטים איבער די הערות אין הזכרות אינעם היסטארישן סידור, ביים ענדע פונעם באזוך האט דער רבי ווארעם אנגעווינטשן די עסקנים זיי זאלן זעהן אסאך הצלחה אין סייעתא דשמיא אויף ווייטער.


אינעם בילד: די רבי שליט"א ביים אנקומען קיין ניו יארק.


Comments


bottom of page