מיטוואך בא ג' שבט ה'תשפ"ג
קול בחצרות - אשרי עין ראתה קהל קדושים ששים ושמחים בשמחת בית צדיקים, מיט געהויבענע געפילן פון התרוממות של שמחה, האבן טויזענטער חסידי באיאן די בכל אתר ואתר האבן נעכטן מיטגעלעבט ביי די גרויסע שמחת החתונה בבית המלוכה, פון די עלטסטע אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א, די כלה בת לחתנו הרה"צ רבי זלמן לייב אייכנשטיין אב"ד זידיטשוב שיקאגא, וואס איז געפראוועט געווארן ברוב פאר והדר אינעם גרויסן באיאנער קלויז אין ירושלים, במקהלות אלפי חסידי באיאן וועלכע זענען געקומען צו פארן מרחוק ומקרוב לשוש ולשמוח בשמחת רבם ומאורם צום באשטימטן צייט איז כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א ערשינען צום מעמד קבלת פנים, אינאיינעם מיט די חתן די שושבינין און די זיידעס, די קאפעליע האט געזינגען ווארעמע חסידישע ניגונים א לענגערע צייט, מיט קריאת התנאים איז נתכבד געווארן דער זיידע פון חתן הרה"ג ר' אהרן אלי' פעלדמאן, צווישן די אדמורי"ם וואס האבן זיך באטייליגט ביים קבלת פנים האט זיך אנגעזען כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א, וועם די רבי שליט"א האט מכבד געווען ביותרת הכבוד, און דערנאך ארויסבאגלייט ביז אינדרויסן פון בית מדרש. ארום 6 אזייגער האט מען געדאווענט מעריב, און דערנאך איז דער גאנצער ציבור ארויס צו די חופה ברחובה של עיר, אויף רח' מלכי ישראל בפלטרין של מלך אין ירושלים עיה"ק, וואס איז געווען שוואַרץ פונעם ריזיגן ציבור וואָס האָט מיט אן ערענסטקייט מיטגעהאַלטן די געהויבענע מאָמענטן, מען האט געזינגען ניגוני דבקות און די התעוררות איז געווען עד לב השמים מיט סידור קידושין איז מכובד געווארן מרן האד' מוויז'ניץ שליט''א, קריאת הכתובה דער פעטער הגה''צ רבי פנחס שלום אייכנשטיין אב''ד חודרוב שיקאגא, ברכות ראשונות די זיידע'ס כ''ק האד' מבאיאן - הגה''צ רבי אביש האגער ראש כולל פאפא ירושלים - די פעטער'ס כ"ק אדמו"ר משאץ ויזניץ שליט"א און הגה''צ רבי משה סופר אב''ד פאפא ירושלים און ש"ב פונעם רבין כ''ק אדמו"ר מקאפיטשניץ שליט''א, ברכה אחריתה כ''ק אדמו"ר מגור שליט''א, נאכן מעמד החופה האט זיך די רבי שליט"א באגריסט מיט די געהויבענע געסט און זיך געווינטשן מזל טוב, דאן האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגער מחול לצדיקים בשעת ווען די גאנצע ציבור הייבט זיך טפחיים מעל הקרקע בשבח והודאה להשי"ת שהחיינו וקיימנו והגיענו לעת כזאת, דערנאך האט דער רבי שליט''א אנגעווינטשן מברכת קדשו לכל הקהל הקודש תיכף נאכן חופה איז דער גאנצער עולם אריין אינעם גרויסן קלויז וואו עס איז געווען צוגעגרייט די סעודת החתונה אויף א ברייטער פארנעם, איינגעטיילט אויף א מייסטערהאפטיגן סדר איש על מחנהו ואיש על דגלו. צום באשטימטן צייט איז די רבי שליט"א ערשינען אינעם גרויסן היכל הקלויז און אנטפאנגען געווארן לקול תרועת השמחה במקהלות אלופי אלפי החסידים, וואס האבן איבערגעפילט דעם היכל מקצה אל קצה זינגענדיג קול רנה וישועה באהלי צדיקים א לענגערע צייט. בשעת ווען דער חתן איז ערשינען צום שמחת החתונה, האט זיך די רבי שליט"א ארויסגעלאזט אין לענגערע ריקודין מיטן חתן, וואס האט אריינגעשלעפט דעם גאנצן ציבור בשלהבת אש קודש, שוועבנדיג אין העכערע ספערן אין די עולם השמחה. דורכאויס די גאנצע שמחת החתונה האבן זיך באטייליגט צענדליגע אדמורי"ם ורבנים מפורסמים, ראשי ישיבות וראשי עם קודש, האדמורי"ם מגור - ויזניץ - ראחמסטריווקא - דושינסקיא - דזיקוב ויזניץ - נדבורנא ירושלים - סטריקוב ירושלים - סטראפקוב - טריסק - באסטאן - באסטאן ביתר - סאכאטשוב - קאליב - קאלושין הגאון רבי דוד כהן ר"י חברון - הגה"צ גאב"ד קרית צאנז ירושלים - אב"ד סערט ויזניץ ירושלים - ר"י ויזניץ - אב"ד מאור חיים צפת - אב"ד אביר יעקב תל אביב - אב"ד סקאהל - אב"ד קרית באבוב בת ים - אב"ד דושינסקיא בית שמש, אב"ד סטריקוב - הגה"צ המקובל ר' אביש צינווירט, הגאון רבי מנחם מענדיל פוקס גאב"ד רמות ד' און נאך פיל. כבוד בית רוז'ין: ספעציעל האבן זיך אנגעזען בשעת די סעודת החתונה האדמורי"ם לבית רוזין די ברודער'ס האדמורי"ם מסאדיגורא און סאדיגורא ירושלים וועמען די רבי האט געזעצט צו זיין זייט אין מכבד געווען די ברידער האדמו''רים ביותרת הכבוד און פארפירט שיינע שמועס מיט גרויס ידידות. בפקודת הקודש פונעם רבין שליט"א זענען די זמנים געהאלטן געווארן גאר פונקטליך מען האט געבענטשט 11 אזייגער, מיטן בענטשן איז מכובד געווארן די זיידע הרה"ג ר' אהרן אלי' פלדמאן, די ברכות זענען צוטיילט געווארן צווישן די קרובי המשפחה, ברכה אחריתא כ"ק אדמו"ר מראחמסטריווקא שליט"א. איידער די מצווה טאנץ האט די משמש בקודש הרה"ח ר' אשר פריזנט אויסגערופן בפקודת הקודש די בחורים זאלן פארלאזן דעם בית מדרש. בדחנא דמלכא ר' חיים געטער האט אויפגערופן דעם רבין שליט"א צום מצווה טאנץ, און נאך לענגערע ניגוני התעוררות איז דער רבי צוגעטרעטן צו די עבודת הריקודין, אין די צייט וואס אלע חסידים הייבן זיך העכער און העכער מלא שמחה והתרגשות אויף דעם געהויבענעם מאמענט, די רבי איז געטאנצן לפני הכלה מיט גרויס התלהבות, דערנאך איז די רבי געטאנצן מיטן חתן פאר לענגערע מינוטן, און דערנאך באזונדערע טענץ מיט די זיידעס און די מחותן אבי החתן, און א ספעציעלע פייערדיגע ריקוד מיט חתנו הגדול כבנו הרה"צ ר' זלמן לייב אייכנשטיין, און דערנאך א עקסטערע ריקוד מיט זיין איינציגע ברודער הרב ישראל אברהם ברייאר וואס איז ספעציעל געקומען צו פארן פון לאס אנגעלעס צו די שמחה. דערנאך איז דער רבי געטאנצן מיט אלע קינדער און אייניקלעך במשפחת המלוכה, און א עקסטערע טאנץ מיט די אייניקלעך די קינדערלעך, בשעת ווען די ציבור הייבט זיך אויף די ניגון 'זרעו לעולם יהיה'. איידער די רבי איז צוריק ארויף אויפן אויבן אהן האט זיך די רבי ארויסגעלאזט אין באזונדערע ריקודין מיט בני משפחת האגער, און משפחת פלדמאן אריינגערעכנט די פעטער'ס - קינדער פון הרה"ח ר' חיים משה פלדמן ז"ל וואס זענען געקומען צו פארן מעבר לים צו די חתונה, און דערנאך מיט משפחת אייכנשטיין ברודער'ס און שוואגער'ס פונעם מחותן חתנא דבי נשיאה. די רבי איז צוריק ארויף אויפן בימת הכבוד ווי די רבי האט מיטגעהאלטן די ריקודין פון די בני המשפחה, מהאט אויסגעריפן די זיידעס הרה"ג ר' אברהם אביש האגער ראש כולל פאפא ירושלים און הרה"ג ר' אהרן אלי' פלדמאן, דערנאך די פעטער'ס קינדער פון כ"ק אדמו"ר מזידיטשוב שיקאגא שליט"א, דערנאך די מחותנים הרה"ג ר' יצחק צבי האגער און הרה"צ רבי זלמן לייב אייכנשטיין נאכן מצוה טאנץ פון חתן וכלה איז די רבי אראפ פונעם בימת הכבוד און ארויס אין א טאנץ מיט די חתן און מחותנים, דאן האט דער רבי אנגעוואונטשן דעם ציבור ברכות לרוב, און געזעגנט די חסידים לחיים ולשלום מיטנעמענדיג אהיים מיט פיל השפעות טובות.
Comments