מאנטאג פ' תצוה - ו' אדר תשפ"ג
בילד קרדיט שוקי לרר
קול בחצרות - א הערליכע שמחה איז געפראוועט געווארן די לעצטע וואך ליל שישי ביי די גרויסער חתונה בחצר הקודש אמשינוב, דער חתן אן אייניקל פון כ''ק האד' מאמשינוב שליט''אא זון פון זיין איידעם הרב מענדיל וויליגער שליט"א, זון פון הגה"צ ר' לייבל וויליגער שליט"א ר''ם בישיבת תורה ודעת, מיט די כלה א טאכטער הרה"ג ר' יצחק מאיר לעווי רב ביהמ"ד סוכטשוב בית שמש, דער חתונה איז פארגעקומען אין גרויסער אודיטוריום אין ביתר ברוב פאר והדר אויפן פארצייטישן אמשינוב'ער שטייגער, אין אן אינטערסאנטע באמערקונג האט דער משפחה מצד הכלה זייענדיג נאנט צום משפיע הגה''צ רבי צבי מאיר זילבערבערג שליט"א געבעטן אויפצוהענגען א שילד אינעם זאל אז "ווער עס האט א סמארטפאון קען נישט אריינקומען צו דער חתונה". ווען מען האט אנגעפרעגט דעם אמשינובער רבי'ן שליט"א דערוועגן האט די רבי געענטפערט אז אויב אזוי זאל מען אויך אויפהענגען א שילד אז "די צד החתן איז מקבל יעדן איד בברכה"... איבריג צו זאגן אז דער פלאן איז אראפ פון טיש...
ארום א פערטל צו צען אויפדערנאכט איז דער זיידע כ''ק האד' מאמשינוב שליט''א אריינגעקומען צום מעמד הקבלת פנים, דער רבי האט מסדר געוועהן די כתובה אין אויסגעשמועסט די סדר חופה וקידושין אין די קנינים מיט די חתן ווי די רבי איז זיך נוהג ווען ער איז מסדר קידושין ביי א חופה, אום 10:30 איז מען ארויס צום חופה אויפן שטח פארנט פונעם זאל, די רבי האט מסדר קידושין געוועהן אין מיט קריאת הכתובה איז מכובד געווארן הרה''ג רבי ישראל אהרנסון משגיח רוחני בישיבת חזון נחום, די ברכות זענען צוטיילט געווארן צווישן די זיידע הגה''צ רבי לייבל וויליגער אין די קרובי המשפחה פון ביידע צדדים, ברכה אחריתה כ''ק האד' מסוכוטשוב שליט''א
א קורצע צייט נאכן חופה ארום 11 אזייגער איז דער רבי שליט''א ערשינען צום סעודת החתונה לקול תרועת הזמר, די רבי האט זיך געוואשן צום סעודה אין טועם געוועהן פון די מאכלים, במשך די סעודת החתונה האבן זיך אנגעזעהן האדמו''רים מסטריקוב - סאסוב מאנסי - סוכוטשוב - הרה''צ רבי אשר ראנזפעלד בנו הגדול פון כ''ק האד' מדאראג שליט''א אין נאך, מען האט געזינגען יצווה צור חסדו אין יה ריבון כנהוג אין אמשינוב, אין פארן בענטשן האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט אויף א ריקוד מיטן אויבן אן
נאכן בענטשן האט מען ממשיך געוועהן די ריקודין א לענגערע צייט ביז ווען דער רבי שליט''א האט געענידט זיין עבודת הקודש פון ברכת המזון, אין נאך עטליכע שעה האט דער בדחן ר' גבריאל יוסף לעווי אויפגערופן דעם רבין צו די ריקודין לפני הכלה.
Comments