זינטאג פ' בשלח ז' שבט ה'תשפ"ג
קול בחצרות - אין ליכט פון די שוידערליכע טעראר אטאקע דעם פרייטאג צונאכט'ס אין נוה יעקב אין ירושלים, וואס האט ליידער געקאסט דאס לעבנס פון זיבן קרבנות ה"י, איז בפקודת הקודש פון כ"ק אדמו"ר מערלוי שליט"א אפגערופן געווארן דער געפלאנטער מעמד צאתכם לשלום וואס האט געזאלט פארקומען נעכטן מוצש"ק לקראת דעם רבי'נס נסיעה קיין ניו יארק לרגל די שמחת החתונה פון א אייניקל, ארויס צו ווייזן מיטלייד מיט די באטראפענע משפחות ל"ע.
Comments