top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

כינוס תלמידי וחסידי ערלוי אין ניו יארק

זונטאג פ' יתרו ה'תשפ"ג



קול בחצרות - מיט געהויבענע געפילן האבן הונדערטער תלמידי וחסידי ערלוי אין ניו יארק מיטגעהאלטן לעכטיגע מאמענטן בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מערלוי שליט"א, ביי די גייסטרייכע מעמד כינוס התלמידים "פירותיך מתוקים" וואס איז פארגעקומען פארלאפענעם דאנערשטאג אין די רענעסאנס זאלן אין בארא פארק.


די גרויסארטיגע מעמד איז געווען קאמבענירט מיט די שמחת השבע ברכות פון החתן אייניקל ביי הגה"צ אב"ד ערלוי ב"פ בן לבנו הרה"ג ר' משה סופר ראה"כ ערלוי ב"פ, און איז געווארן מיטגעהאלטן דורך הונדערטער תלמידים און חסידים, יוצאי ישיבת ערלוי בארץ הקודש, די פילע חסידים וואס ווארעמען זיך לאורם הגדול פונעם שושלת בית הסופרים און די ממשיך השלשלת כ"ק אדמו"ר מערלוי שליט"א.


דורכאויס די מעמד האבן מהנה געווען בשירה וזמרה די בארימטע 'שירה קאפעליע', מיט פאסיגע ווערטער האט דער יושב ראש הרה"ח ר' מנחם מענדל ריינער מנהל מוסדות ערלוי אין אמעריקע, אויפגעטרעטן מיט די פתיחת המעמד ארומרעדנדיג איבער די השתלשלות הענינים פונעם ערלויער הויף און די גרויסע זכות אנצוהאלטן דעם קשר מיטן מנהיג העדה דער רבי שליט"א, מיט שטיצן די הייליגע מוסדות בארץ הקודש.


דערנאך האט מען געהאט די זכיה אויפצונעמען בכבוד הראוי דעם מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מערלוי שליט"א, די קאפעליע האט אויפגענומען דעם רבי'ן בשירה וזמרה, און די רבי האט זיך געוואשן צום סעודת מצווה, דאן האט אויפגעטרעטן דער נואם הכבוד פה מפיק מרגליות הרב הגאון ר' מרדכי שיף שליט"א, בן הגה"צ גאב"ד אנטווערפען שליט"א, מגדולי תלמידיו פון הגה"ק בעל 'אמרי סופר' מערלוי זצ"ל וועלכער האט אלענגערע צייט ארומגערעדט איבער די ערלויע חינוך הטהור וואס ער איז נתגדל געווארן, און די גרויסקייט פון זיצן חסידים אינאיינעם בשבת אחים גם יחד, אזוי אויך האט ער ארויסגעברענגט די שטארקע יסודות וואס די צדיקים לבית הסופרים האבן מנחיל געווען לדורות.


דערנאך האט דער רבי שליט"א געטרינקען לחיים און אנגעוונטשן דעם ציבור הנאספים און אויפגעטרעטן מיט דברות קודש לכבוד המעמד, און פערזענליך געדאנקט די אלע וואס האבן ארויסגעהאלפן צוצושטעלן דעם מעמד און כינוס לשם שמים, פאר א לענגערע צייט האט דער רבי ארומגערעדט דברי חיזוק והדרכה פאר די חסידים, צו שטיין כחומה בצורה קעגן די נסיונות הדור, און ממשיך זיין על דרך המסורה לנו מדור דור.


ביים בענטשן איז די רבי מכובד געווארן מיט ברכה אחריתא.


צום שלוס פונעם מעמד איז דער גאנצער ציבור אריבער שלום נעמען ביים רבי'ן ווי די רבי שליט"א האט געוונטשן יעדער איינער בפרטות. מיט געפילן מלא התרוממות האבן די פילע חסידים זיך צושפרייט מיט פרישע כוחות און אנגעזאפטע הערצער ממשיך צו זיין דעם דרך המסורה.

Comments


bottom of page