top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

כלל ישראל איז ווייטער מתפלל לרפואת האד' מקאסוב לרפו''ש

שטייענדיג צוויי וואכן נאך וואס די חסידישע וועלט האט אויפגענומען די שווערע בשורה אז כ"ק אדמו"ר מקאסוב שליט"א איז אנגעוויזן אויף רחמי שמים און תפילות ישראל, זעט זיך אן א שטארקע אויפוואכונג איבער די גאנצע וועלט ווען אידישע קינדער זענען כסדר מתפלל און זענען מעורר רחמים לרפואתו השלימה פונעם רבי'ן שליט"א. אין פילע מוסדות התורה איבער גרעיטער ניו יארק האט מען איינגעפירט א ספעציעלע סדר צו זאגן תהלים יעדן טאג, וואס מיט די כח און זכות פון הבל פיהם של תינוקות של בית רבן וועט מען בסייעתא דשמיא אויס'פועל'ן א גאנצע רפואה פארן רבי'ן


א גרעסערע צאל קהילות קדושות האבן ארויסגעשטעלט ספעציעלע מודעות וואו זיי רופן דעם ציבור מתפלל זיין פארן קאסובער רבי'ן שליט"א מגדולי צדיקי הדור, צווישן זיי די קהילות הקודש פון קהל שערי ציון ד'באבוב, קהל צמח דוד סקווירא, קהל מחזיקי הדת בעלזא, אין קהילות וויזניץ מאנסי, וויזניץ וויליאמסבורג, וויזניץ בארא פארק, טשערנאביל, און נאך פילע בתי מדרשים און היכלי הישיבות. כלל ישראל איז ווייטער מתפלל לרפואתו השלימה פון מרן שרגא פייוויש בן מלכה לרפואה שלימה



Comments


bottom of page