top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ובכן צדיקים • באריכט פון היסטארישע חתונה בבית וויז'ניץ תולדות אברהם יצחק

דאנערשטאג פ' יתרו ה'תשפ"ג



קול בחצרות - ובכן צדיקים יראו וישמחו וישרים יעלוזו וחסידים ברינה יגילו - די דאזיגע ווערטער איז גאר שטארק פארווירקליכט געווארן נעכטן מיטוואך נאכט ביי די היסטארישע חתונה בעיר התורה והחסידות בני ברק, ווען טויזענטער חסידים ואנשי מעשה האבן זיך מיטגעפריידט לענגערע שעות תחת קורת גג אחד בשמחתם הגדולה פון די מנהיגי ישראל, שווערע טויזענטער אידן האבן איבערגעפולט די ריזן היכל בית ויזניץ אין שיכון ויזניץ בני ברק צו זיין א טייל פון די גרויסארטיגע רעבישע שמחה וואס וועט פארשריבן ווערן מיט גאלדענע אותיות בקורות דברי הימים.


פון נאנט און ווייט איז מען געקומען צו פארן אנטייל צו נעמען ביי די גרויסע חתונה, אדמורי"ם ורבנים דיינים וראשי ישיבות, אנשי שם קרואי מועד, ועל צבאם די געהויבענע מחותנים און זיידעס הרבנים הגאונים, אין שפיץ פון די צוויי געהויבענע זיידעס פון די שומרי גחלת ישראל בארץ הקודש, מרן אדמו"ר מויזניץ שליט"א און כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א. טויזענטער חסידים האבן געשטראמט קיין קרית ויזניץ בני ברק דורכאויס די גאנצע נאכט, טראץ די גרויסקייט פונעם היכל און די פילע פארענטשעס וואס מ'האט צוגעגרייט, זענען די עסקנים געווען געצווינגען צוצולייגן נאך פארענטשעס אין אלע ווינקלען בשעת די חתונה, צו פארגרינגערן די שרעקליכע געדרענג וואס האט געהערשט צווישן דעם מאסיוון עולם.


גאר ספעציעל איז געווען די התרגשות בלבו הטהור פונעם עלטער זיידן כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א, ווי דער רבי האט פערזענליך געשילדערט ביי די קורצע דברות קודש בשעת די סעודת החתונה, די געוואלדיגע זכיה וואס גיסט זיך איבער מעומק נפשו זייענדיג א מחותן מיט מורו ורבו הרה"ק בעל אמרי חיים מוויזניץ זי"ע, צו וועם דער רבי איז אדוק ומקושר יעדע מינוט פון לעבן ווי באקאנט פאר יעדן איינעם, און בכלל די קשר מיט אדמור"י בית וויזניץ וואס האט אצינד ארויפגעברענגט טיפע התרגשות געפילן ביים תולדות אברהם יצחק רבי שליט"א דערלעבענדיג אזא געהויבענע מאמענט.


לאנגע יארן איז שוין נישט געזעהן געווארן אזא געהויבענע און פרייליכע חתונה, מסיבה שצדיקים ותלמידי חכמים מסובין בה, גדולי אדמורי"ם פון נאנט און ווייט וועלכע האבן באשיינט דעם אויבן אן, טייל פון זיי וועלכע האבן צום ערשטן מאל געזעהן דעם הערליכן מאיעסטעטישן בנין בית ויזניץ לשם ולתפארת, איבערהויפט האט זיך אנגעזעהן די חשובע געסט פון אויסלאנד, די זיידעס הרבנים הגאונים מנעפלעמיץ און נירבאטור, דער געהויבענער עלטער פעטער כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א פון לאנדאן, חתנא דבי נשיאה פונעם עלטער זיידן כ"ק אדמו"ר מקאלוב שליט"א לרפואה שלימה, וועלכער האט מחמת חולשת גופו הטהור נישט געקענט אנטייל נעמען פערזענליך ביי די גרויסע חתונה, אזוי אויך הגה"צ ר' בערל טויב אב"ד קאלוב וויליאמסבורג וועלכער איז געקומען צו די חתונה בשליחות אביו הגדול כ"ק אדמו"ר מקאלוב שליט"א, און נאך פילע געסט קרובי המשפחה חסידים ואנשי מעשה.


דורכאויס די שמחת החתונה האט זיך אנגעזעהן די השתתפות פון מערערע אדמורי"ם ורבנים, דער געהויבענער עלטער פעטער כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א וועלכער האט באשיינט די שמחה פאר א לאנגע צייט, זייענדיג דאס ערשטע מאל אינעם נייעם פרעכטיגן היכל בית ויזניץ, זייענדיג א מקום קדוש וואו דער רבי האט מיטגעהאלטן גאר אסאך בצל חותנו וזקינו דער אמרי חיים און דער ישועות משה זי"ע. דער בעלזא רב איז מכובד געווארן צו טאנצן מיטן חתן, א ספעציעל געהויבענע ריקוד מיט די שוואגער'ס האדמורי"ם מויזניץ שליט"א, און מיט ברכות ראשונות ביים בענטשן.


כ"ק אדמו"ר מויזניץ שליט"א האט זיך אנגעזעהן אויפן אויבן אן צו באשיינען די שמחה הגדולה בבית אחיו הגדול דער ויזניצער רבי, די צוויי ברידער האבן זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע ריקוד אין די צייט וואס די ציבור ארום הייבט זיך טפחיים מעל הקרקע קלאטשענדיג די הענט מיט גרויס שמחה.


דער עלטער פעטער כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א האט באשיינט די שמחת החתונה, כ"ק אדמו"ר מקארלין סטאלין שליט"א וועלכער האט באשיינט די סעודת החתונה, כ"ק אדמו"ר מסערט ויזניץ שליט"א וועלכער האט אנטייל גענומען ביים מעמד קבלת פנים, די שטאט רבנים פון בני ברק הגאון ר' חיים יצחק אייזיק לאנדא שליט"א און הגאון ר' שבח צבי ראזענבלאט שליט"א. האדמורי"ם מסאדיגורא ירושלים, זידטשויב בני ברק, ביאלא בני ברק, באסטאן ביתר, אלעסק בני ברק, לינסק, נחלת אהרן, דעעש ירושלים, דזיקוב גבעת זאב, גאב"ד חרדים, אב"ד קרעטשניף רחובות, די פעטער'ס הגה"צ ראש ישיבת תולדות אהרן און הגה"צ ראש ישיבת סאטמאר בני ברק, און נאך פילע אדמורי"ם ורבנים וואס האבן זיך אנגעזעהן אויפן אויבן אן דורכאויס די שמחה.


עטליכע מינוט נאך פיר איז דער ויזניצער רבי ערשינען צום מעמד קבלת פנים, און קורצליך דערנאך האט מען מקבל געווען פני הקודש פונעם עלטער זיידן דער תולדות אברהם יצחק רבי, מען האט געזינגען ניגוני התעוררות, און הגה"צ אב"ד קאלוב וויליאמסבורג עלטער פעטער פון די חתן און א מחותן מיטן ויזניצער רב דער אבי הכלה, איז מכובד געווארן צו ליינען די תנאים.


דער בדחן ר' ברוך מרדכי פרענקל מחשובי חסידי תולדות אברהם יצחק האט אויפגעטרעטן מיט גראמען און דברי כיבושין, צווישן אנדערע האט ער מעורר געווען לרפואתו פונעם עלטער זיידן דער קאלובער רבי שליט"א, ער זאל נאך קענען באשיינען די שמחות לאנגע יארן און אויסגעהיילט ווערן בבריאות השלימות.


מיט סידור קידושין איז נתכבד געווארן דער עלטער זיידע כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק, עדי קידושין הגה"צ ר' שמואל בראנדסדארפער חבר ביד"ץ העדה החרדית און דער ויזניצער דיין הגה"צ ר' יעקב מאיר שטערן. קריאת הכתובה איז מכובד געווארן די זיידע פון חתן הגה"צ אב"ד קאלוב ביתר, ברכות ראשונות הגה"צ אב"ד נעפלעמיץ זיידע פון חתן, און ברכה אחריתא הגה"צ אב"ד נירבאטור זיידע פון די כלה.


נאכן חופה האט ביידע רבי'ס דער ויזניצער רבי און דער תולדות אברהם יצחק רבי אנגעוואונטשן דעם ציבור, דער תולדות אברהם יצחק רבי האט דערמאנט די געוואלדיגע זכות אבות, די השפעות און רפואות וואס מען דארף, דער געהויבענער מחותן דער ויזניצער רבי זאל זיין געזונט און שטארק און פירן די עדה קדושה נאך לאנגע יארן. דערנאך איז מען ארויס אין א פייערדיגע מחול לצדיקים אלע זיידעס און פעטער'ס האדמורי"ם והרבנים לקול תרועת השמחה.


צום באשטימטן צייט האט די ציבור מקבל געווען פני הקודש ווען דער ויזניצער רבי איז ערשינען צום סעודת החתונה, דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודה און געהויבן דעם ציבור טאנצענדיג העכער און העכער מיט א געוואלדיגע שמחה. דערנאך האט מען מקבל געווען פני הקודש ווען דער תולדות אברהם יצחק רבי איז ערשינען צום סעודת החתונה, דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודה און מ'האט ממשיך געווען מיט לעבעדיגע ריקודין א לענגערע צייט.


אינמיטן טאנצן האט דער ויזניצער רבי זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע ריקוד מיטן מחותן דער תולדות אברהם יצחק רבי, ווען די גאנצע היכל שטורעמט פון התרגשות און אומבאשרייבליכע שמחה, דערנאך האט מען געטאנצן מיט די אנדערע זיידעס הרבנים שליט"א, און דער ויזניצער רבי האט געטאנצן א לעבעדיגע טאנץ אויפן לעלובער ניגון בעוז ותעצומות.


דער ויזניצער רבי האט מכבד געווען דעם תולדות אברהם יצחק רבי צו רעדן אפאר ווערטער לכבוד די שמחה, דער רבי האט ארויסגעברענגט די געוואלדיגע התרגשות וואס ער שפירט ביי דעם שמחה, ווי מ'האט נעכטן געקענט הערן דא אויף קול בחצרות.


מיטן בענטשן איז מכובד געווארן דער געהויבענער עלטער פעטער פון חתן כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א פון לאנדאן, ברכות ראשונות דער עלטער פעטער כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, און ברכה אחריתא דער פעטער פון כלה כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א פון בית שמש.


שפעט ביינאכט איז מען צוגעטראטן צו די געהויבענע מצוה טאנץ, ווען צום ערשט האט דער בדחן הרב ברוך מרדכי פרענקל אויסגערופן דעם געהויבענעם עלטער זיידן כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א, נאכן זינגען א ווארעמע ניגון איז דער תולדות אברהם יצחק רבי אראפגעקומען אין צענטער פון היכל און זיך אויפגעשטעלט אויף די פיס אריינגייענדיג אין זעלטן לעבעדיגע ריקודין באש קודש לפני הכלה, דער רבי האט געטאנצן א לענגערע צייט אנגעכאפט מיטן חתן און זיין אייניקל דער מחותן, שפעטער האט דער רבי געטאנצן מיטן חתן אנכאפענדיג זיין איידעם הגה"צ אב"ד קאלוב ביתר און דער מחותן אב"ד קרית ויזניץ בני ברק. שפעטער האט דער רבי זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע ריקוד מיטן ויזניצער רבי'ן, און דער גאנצער ציבור ארום הייבט זיך אין די לופטן מיט גרויס שמחה.


דערנאך האט דער בדחן הרב בנציון ברעכער ממשיך געווען אויסצורופן די זיידעס הרבנים הגאונים, הגה"צ אבד"ק נירבאטור, און הגה"צ אבד"ק נעפלעמיץ, דערנאך דער עלטער פעטער כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א פון לאנדאן, ארויסברענגענדיג די געוואלדיגע התרגשות ווען מ'האט די זכיה צו זעהן דעם רבי'ן געזונטערהייט נאך די שווערע תקופה וואס דער רבי איז אדורך, און דערביי מעורר געווען דעם ציבור צו ווייטער מתפלל זיין פארן רבי'נס גענצליכע ערהוילונג.


דער וויזניצער רבי פון לאנדאן האט געטאנצן מצוה טאנץ מיט גרויס התרגשות, און שפעטער א געהויבענע טאנץ מיטן שוואגער הגה"צ אב"ד קאלוב ביתר, אזוי אויך מיטן אנדערן שוואגער הגה"צ אב"ד קאלוב וומס"ב און די אנדערע קרובי המשפחה. דערנאך האט דער וויזניץ לאנדאנע רבי געטאנצן א ספעציעלע ריקוד מיט זיין ברודער דער וויזניצער רבי פון בית שמש, און מיטן מחותן הגה"צ אב"ד קרית וויזניץ בני ברק.


דאן האט דער בדחן אויפגערופן דעם געהויבענעם זיידן דער ראש העדה מרן אדמו"ר מויזניץ שליט"א, א לענגערע צייט האט מען געזינגען ניגוני התעוררות און דער רבי איז אראפ אין צענטער פון היכל גייענדיג צום געהויבענעם מצוה טאנץ, דער רבי האט אנגעכאפט די גארטל און בנו הגדול דער אבי הכלה און זיך ארויסגעלאזט אין פייערדיגע ריקודין בשלהבת אש קודש, נאכן טאנצן מיטן חתן האט דער וויזניצער רבי געטאנצן א ספעציעלע ריקוד מיטן וויזניצער רבי פון לאנדאן.


דערנאך האט דער בדחן אויסגערופן דעם זיידן הגה"צ אב"ד קאלוב אויפן ניגון המיוחס צום הייליגן רבי אייזיק'ל קאלובער זי"ע, ארומרעדנדיג איבער די געוואלדיגע עבודה צו מקרב זיין אידישע קינדער לאביהם שבשמים, מיט וואס דער רב שליט"א איז ממשיך די עבודת הקודש פון זיין פאטער דער קאלובער רבי שליט"א לרפואה שלימה. דער קאלובער רבי האט געטאנצן מצוה טאנץ און דערנאך א ריקוד מיט אלע קינדער און אייניקלעך פון אביו הגדול כ"ק אדמו"ר מקאלוב שליט"א.


דערנאך האבן געטאנצן די מחותנים און דער חתן, און די געהויבענע זיידעס האדמורי"ם מויזניץ און תולדות אברהם יצחק האבן זיך ווארעם געזעגנט מיט פיל ברכות. דערנאך האט דער ויזניצער רבי ממשיך געווען צו טאנצן האדרת והאמונה, ביז מ'האט ארויסבאגלייט דעם רבי'ן בשירה וזמרה.

Comentarios


bottom of page