מאנטאג פ' משפטים ה'תשפ"ג
קול בחצרות - ברגשי גיל ושמחה האבן טויזענטער וויזניצע בחורים מיטגעהאלטן די געהויבענע מעמד יחד לבבנו פארלאפענעם דאנערשטאג, וואס איז פארגעקומען אינאיינעם מיטן שמחת השבע ברכות פון א אייניקל ביי מרן אדמו"ר מויזניץ שליט"א, די כלה א טאכטער פון בנו הגדול הגה"צ ר' חיים מאיר האגער אב"ד קרית ויזניץ.
די גרויסארטיגע מעמד איז פארגעקומען אינעם ריזן עוועניו זאל נעבן די לוד לופטפעלד, וואו עס זענען זיך צוזאמגעקומען קרוב צו צוויי טויזענט בחורים, תלמידי ישיבות וויזניץ פון איבער גאנץ ארץ ישראל, און אזוי אויך די בחורים פון אירגון צעירי ויזניץ, וואס שפירן א נאנטע קשר צום ויזניץ'ער הויף, און טראגן דעם פאן אלס א וויזניצער בחור.
די בחורים האבן זיך געוואשן צום סעודה, וואס איז געווען צוגעגרייט כיד המלך לכבוד שמחת בית צדיקים. דער בארימטער בעל מנגן ר' יענקי דאסקאל האט מהנה געווען בשירה וזמרה, און פארגעזינגען א נייע פארפאסטע ניגון לכבוד די מעמד, וואו עס ווערט ארויסגעברענגט די מעלות פון א וויזניצע בחור.ארום ניין אזייגער האט מען מקבל געווען פני הקודש פונעם געהויבענעם זיידן מרן אדמו"ר מויזניץ שליט"א, לקול תרועת השמחה ווען דער גאנצער ציבור הייבט זיך אין די לופטן מיט לעבעדיגע טענץ קול רנה וישועה באהלי צדיקים. דאן האט אויפגעטרעטן דער יושב ראש המעמד הרה"ג ר' יחזקאל טויסיג שליט"א, א זון פון הגה"צ המשפיע ר' אהרן טויסיג שליט"א.
דערנאך האט אויפגעטרעטן הגה"צ ר' יעקב מרדכי האגער שליט"א אב"ד ויזניץ אלעד, ארויסברענגענדיג די געוואלדיגע התרגשות וואס מ'זעהט ווי אזויפיל הונדערטער בחורים שפירן זיך מקושר לאילנא דחיי, און די געוואלדיגע השפעות וואס מ'קען באקומען דורכ'ן זיין מקושר צום צדיק און אויספאלגן הוראות קדשו.
דערנאך האט מען געזינגען די ניגון עיני עמך בם תלויות, און ממשיך געווען מיט נאך ניגונים לכבוד המעמד און לכבוד די שמחה. דאן איז אויסגערופן געווארן איבער די גרינדונג פון א נייע מפעל "ויחד לבבנו" פאר אלע וויזניצע בחורים, און הגה"צ אב"ד קרית ויזניץ שליט"א האט ארומגערעדט איבער די נייע מפעל און די וויכטיגקייט פון זיין מקושר צום רבי'ן, קונה זיין תורה ועבודה וגמילות חסדים, אהבת התורה אהבת השם יתברך און אהבת ישראל.אזוי אויך האט ער ארויסגעהויבן לשבח הנגיד החסיד ר' מרדכי אלעזר עסטרייכער רב קהל לב ישראל אין מאנסי וואס האט מנדב געווען די גאנצע מעמד, און אזוי אויך ארומגערעדט בשבחו פון הנגיד החסיד ר' חיים משה פעלדמאן ע"ה וואס מ'שטייט נאך אין די שנת האבילות לפטירתו.
דער ויזניצער רב האט אנגעהויבן די ניגון ובאו כולם בברית יחד, די בחורים האבן זיך ארויסגעלאזט אין פייערדיגע ריקודין און ממשיך געווען די ניגונים אנא עבדא און קדשנו במצוותיך. דאן האט מרן אדמו"ר מויזניץ שליט"א געשאנקען א תעודת הוקרה מטעם איגוד מוסדות ויזניץ, פאר הרב נפתלי צבי פרוש יושב ראש ארגון דגל ירושלים, פאר זיינע פילע לייסטונגען לטובת די יונגע חסידים די צעירי הצאן.דערנאך האט מען געהערט א פלאם פייערדיגע דרשה פון הגה"צ רבי מנחם ארנסטר ראש ישיבת ויזניץ, און דערנאך האט אויפגעטרעטן דער נדבן המעמד הרב מרדכי אלעזר עסטרייכער, און דער ויזניצער רבי האט אים אויך באעהרט פאר זיינע פילע פעולות נשגבות לכל קדשי בית ויזניץ. דערנאך האט דער רבי גערעדט מדברות קדשו בשבחו פונעם נדבן, און די וויכטיגקייט פון התאספות זיך מחזק צו זיין איינער דעם אנדערן בדיבוק חברים.
צום שלוס פונעם מעמד האט אויפגעטרעטן הרב הגאון ר' שאול גרינבערגער משמש בקודש ביים ויזניצער רבי'ן, וואס האט מסכם געווען די אלע ענינים העומדים על הפרק וועלכע זענען אויסגעשמועסט געווארן ביים כינוס און די וויכטיגע יסודות פון א וויזניצע בחור. דאן האט מען זיך ארויסגעלאזט אין לענגערע ריקודין, און דער יושב ראש המעמד האט מעורר געווען די בחורים צו מתפלל זיין פארן רבי'נס געזונט, וואונטשענדיג אריכת ימים ושנים טובים פארן רבי'ן שליט"א.
הרב החסיד ר' סענדער גייגער האט אויפגעטרעטן מיט דברי בדחנות, און דאן איז הגה"צ ראש ישיבת וויזניץ מכובד געווארן מיטן בענטשן. די ערשטע זעקס ברכות איז מכובד געווארן הרב אלתר רוקח, און ברכה אחריתא הרב מרדכי אלעזר עסטרייכער רב קהל לב ישראל
Comentarios