top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שוד ושבר • הונדערטער ביי לוי' פון הגאון רבי יונה רעכניצער זצ"ל ראש ישיבת טשערנאביל



קול בחצרות - מיט פארקלעמטע הערצער און פארוויינטע אויגן האבן הונדערטער אידן תלמידים אין יוצאים פון די בארמיטער טשערנאבלער ישיבה זיך שווער געזעגענט פון לאנג יעריגן אין בארימטער ראש ישיבה הרה''ג רבי בנימין יונה זאב רעכניצער זכר צדיק לברכה וועלכע איז נעכטן נאכמיטאג פלוצים נפטר געווארן במיתת נשיקה אין זיין ציממער אין ישיבה למגינת לב זיינע טויזטער תלמידים וועלכע ער האט מעמיד געווען דורכאויס די יאהרן וועלכע באוויינען די גרויסע אבידה וירב בבית יהודא תאני' ואני.


איידער די לוי' אינעם היכל הישיבה אין אלעד האט אויפגעטראטן דער מנהל רוחני אין די ישיבה הרה''ג רבי חיים משה לעווי וועלכע האט מעורר געוועהן די בחורים בדברי התועררות על מה השם עשה ככה אין געבעטן זיך מחזק זיין דווקא אין דעם יעצטיגן שווערן מצב, די בחורים האבן מקבל געווען אויף זיך צו ענידגן ששה סדרי משנה אין מסיים זיין ש''ס לעילו נשמתו איינגעטיילט צווישן די הונדערטער תלמידי הישיבה


אום 12:30 האט זיך אנגעהויבן די לוי' ווען דער משגיח הישיבה הרה''ג רבי יוסל גראס האט פארגעזאגט פרקי תהילים, דערנאך האט מען געהערט הארץ רייסענדע דברי הספד פונעם מנהל הרה''ג רבי חיים משה לעווי וואס האט נישט איבערגעלאזט קיין טריקן אויג ביי די פארזאמלטע, ער האט באטאנט דאס אז דער ראש ישיבה איז אוועק אין אט דעם זעלבן מקום ווי ער האט משקיע געוועהן זיין גאנצן לעבן אין האט נאך אין יענעם טאג איבערגעגעבן זיין טעגליכן שיעור


דאן האבן מספיד געוועהן הגאון רבי זושא הורביץ רב קהילות החסידים אין אלעד, הגאון רבי אהרן ברייש מגיד שיעור אין די ישיבה, הגאון רבי ישראל לקס מגיד שיעור בישיבה, הגאון רבי מרדכי גרינפלד דיין ומו"ץ אין קהילת טשרנוביל, הגאון רבי אברהם ברוך פישגרונד מחשובי תלמידיו הנאמנים ומרבני הישיבה, אין הגאון רבי ישראל אהרן פרידמן מחשובי תלמידיו הנאמנים ומרבני הישיבה.


בשעת די הספדים איז כ''ק האד' מטשערנבאיל שליט''א ערשינען אינעם היכל הישיבה, עס נוכחתו האט מספיד געוועהן חתנו הרה''צ רבי מאטל טווערסקי מנהל המוסדות, דערנאך האבן מספיד געוועהן זיין ברידער הגאון רבי בערל רכינצר ראש ישיבת בעלזא בחיפה,אין א זוהן הרב שלמה רכניצר.


צום לעצט איז געהערט געווארן דברי פרידה פון הרב ישראל פרוש די מעיאר פון אלעד אליינס א געוועזענער תלמיד פונעם ראש ישיבה וועלכע האט זיך געזעגענט בקול בוכים, מען האט פארענדיגט די הספדים אום 2:15 באנאכט אין דאן איז די מיטה געפירט געווארן צום טשערנאבלער ביהמ''ד אין אלעד ווי דער מיטה האט גענעכטיגט, אין אין לויף פון די נאכט האבן די תלמידי הישיבה זיך געזעגנט פונעם נפטר אין באוויינט די אבידה שאין לה תמורה


היינט פרייטיג ערב שבת קומט פאר די לוי' ביים בית הלויות שמגר אין ירושלים אין וועט דורכגיין פארנט פונעם ביהמ''ד הגדול אין קרית בעלזא אויפן וועג צום הר המנוחות ווי ער וועט געברעגנט ווערן למנוחת עולמים

Comments


bottom of page