top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

דעלעגאציע פון די אונגארישע רעגירונג באזוכט ביי האד' מערלוי

דינסטאג פ' בשלח ט' שבט ה'תשפ"ג


קול בחצרות - נעכטן מאנטאג האבן באזוכט בביתו נאוה קודש פון כ"ק אדמו"ר מערלוי שליט"א אין די קטמון געגנט אין ירושלים, א ספעציעלע דעלעגאציע פון די אונגארישע רעגירונג, הויכראנגיגע פאליטישע פירער פון אונגארן אין שפיץ פון דער אויסערן מיניסטער פון אונגארן, וועלכער געפינט זיך אצינד אין ארץ ישראל צוליב פארשידענע פאליטישע אינטערעסן.


די באזוך איז ארגענעזירט געווארן מיט גרויס כבוד און עהרע אפצוגעבן דעם כבוד המלכות כראוי וכיאות, צוערשט האבן די עסקנים און מנהלי המוסדות אויפגענומען די געסט מיט א באזוך אין די מוסדות הקדושים דחסידי ערלוי אין ירושלים, מען האט זיי ארומגעוויזן די שיינע בנינים און די היכלי התורה והחסידות אין אלע אפטיילונגען פון די מוסדות.


דאן זענען זיי אריבערגעקומען אויף א באזוך במעון הקודש פונעם רבי'ן, וועלכער האט זיי גאר ווארעם אויפגענומען און ארומגעשמועסט א לענגערע צייט איבער פארשידענע ענינים העומדים על הפרק, ביים וויזיט זענען אויך געווען אנוועזנד די געטרייע עסקנים און כלל טוער אריינגערעכנט חבר הכנסת הרב מאיר פרוש, וועלנדיג אויסנוצן די מאקסימום הצלחה ארויסצונעמען פון דעם וויזיט.


צווישן אנדערע איז אויפגעברענגט געווארן די שרעקליכע פארשוועכונג וואס הערשט ביים אידישן בית החיים אין שטאט ערלוי, אין די צייט וואס תלמידי וחסידי ערלוי ווילן טון כל מה שביכלתם אפצוראטעווען דעם הייליג ארט, אבער די ארטיגע פארוואלטונג האלט א שטארקע האנט דערויף.


די אויסערן מיניסטער מיט די באגלייטער האבן פארשפראכן פארן רבי'ן צו טון וואס זיי קענען צו ראטעווען דעם בית החיים, און עס צוריקגעבן צו אידישע הענט. אזוי אויך צו אויפהאלטן די ארטיגע שוהל און צוריקשטעלן די אידישע קהילה על מכונו אזוי ווי אמאל.

Comments


bottom of page