top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הערליכע שבע ברכות בבית באיאן צוגעשטעלט פאר די הונדערטער מנהלי ועסקני מוסדות באיאן

דאנערשטאג פ' בשלח י"א שבט ה'תשפ"ג


קול בחצרות - הונדערטער כלי קודש מנהלים פון די מוסדות הקדושים דחסידי באיאן האבן פאַרגאַנגענעם מאנטיג אָווענט מיטגעלעבט די הערליכע שמחה, אן אייגענארטיגע מסיבת שבע ברכות בשמחת בית באיאן וואָס איז געווען ספעציעל געאייגענט פאר די איבער הונדערט פופציג אדמינעסטראטער'ס פון די מוסדות התורה והחינוך וארוגני החסד ד'קהלת באיאן פון איבער די וועלט.


די שבע ברכות איז פארגעקומען ברוב פאר והדר אין די 'סקאליא' זאלן אין די מעלה החמשה געגענט נעבן ירושלים, דער אויבן אָן איז געווען באַשיינט דורך די געהויבענע מחותנים און זיידעס, און אלע רבנים ודיינים פון די קהלה ובראשם דער מנהיג העדה ונשיא המוסדות כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א.


דער ציבור האָט זיך געוואַשן צו א רייכע סעודה, און דער יו"ר המעמד הרה"ג ר' זושא דערבארעמדיגער ר"מ בישיבת באיאן אין מודיעין עילית, האט אינגעלייטעט די מעמד מיט פאסיגע דיבורים.


ארום ניין אייזעגר האט מען געהאט די זכיה מקבל זיין את פני הקודש פונעם געהויבענעם זיידן כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א וועלכע האט זיך געוואשן צום סעודת מצוה און דאן זענען געהערט געווארן דרשות פונעם מחותן אבי הכלה הרה"צ רבי זלמן לייב אייכנשטיין אב"ד זידיטשוב שיקאגו, דער באיאנ'ער ראש ישיבה הרה"ג ר' הערשל ראבינאוויטש און דער מחותן אבי הכלה הרה"ג ר' יצחק צבי האגער, וועלכע האבן פה אחד ארויסגעברענגט לשבח די געטרייע עסקנים און מנהלי המוסדות וואס געבן זיך אוועק דעם גאנצן יאר למען כבוד בית באיאן און אצינד האט דער רבי אפגעראכטן א ספעציעלע שבע ברכות צו צייגן הכרת הטוב פאר די חשובע מנהלים.


דערנאך האט מען געהאט די זכיה צו הערן אמרי קודש פון רבי'ן שליט"א וואס האט ארויסגעברענגט רגשי לבבו בהוקרה והערכה פאר די געטרייע עסקנים און אנגעוונטשן ברכת קדשו.


מיטן בענטשן איז מכובד געווארן דער זיידע פון חתן הרה"ג ר' אהרן אלי' פעלדמאן. די שבע ברכות זענען צוטיילט געווארן צווישן די רבני הקהלה און ברכה אחריתא האט דער רבי מכבד געווען חתנו הגדול דער מחותן אב"ד זידיטשוב שיקאגא.


נאָכ'ן בענטשן און שבע ברכות האָט מען זיך אַרויסגעלאָזט אין פייערדיגע ריקודין

לכבוד השמחה, וואָס האָט אָנגעהאַלטן ביז די שפעטע נאכט שעות מיט גרויס התרגשות, און עס איז שווער אָנגעקומען זיך צו שיידן פון די געהויבענע שמחה.

Comments


bottom of page