top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

יערליכע דינער לטובת מוסדות ערלוי אין שטוב פון הנגיד החסיד ר' שלום פשיער ע"ה אין בני ברק

זונטאג פ' תצוה - ה' אדר תשפ"ג

קול בחצרות - פארלאפענעם דינסטאג נאכט ליל ראש חודש אדר איז אפגעראכטן געווארן א רייכע באנקעט אין בני ברק לטובת מוסדות ערלוי בארה"ק.


די מסיבה איז יעדע יאר אפגעראכטן געווארן דורך הנגיד ר' יעקב שלום פישער ע"ה וואס פלעגט צוזאמרופן זיינע גוטע פריינד פון די גרעסטע ביזנעס לייט און פילאנטראפן תומכי ומחזיקי תורה, און אצינד טוט עס ווייטער פארזעצן דורך זיינע חשובע קינדער ההולכים בדרכי אביהם. די מסיבה פארגעקומען אינעם זאל אין שטוב פון הנגיד החסיד ר' יעקב שלום ע"ה אין בני ברק און איז געווען געווידמעט לעילוי נשמתו, כ"ק האד' מערלוי שליט"א איז אנגעקומען קיין בני ברק צו באשיינעם דעם מסיבה, רבי האט זיך געוואשן צום סעודת ראש חודש און משמיע געווען דברות קודש פאר די חשובע פארזאמלטע.


דער רבי איז פארבליבן נעכטיגן אין בני ברק, מיטוואך צופרי האט דער רבי געדאווענט שחרית אין בית האכסניא ווי עס האבן אויך מיטגעדאוונט די חסידים תושבי בני ברק. נאכן דאווענען האט דער רבי אפגעראכטן א מסיבת לחיים לכבוד ראש חודש און ס'זענען פארגעקומען עטליכע שמחות פון די בני הקהלה.


נאכמיטאג האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט קיין טברי' ווי דער רבי וועט זיך אויפהאלטן ביז מיטוואך אויף מנוחת הנפש אין שטוב פון המנוח ר' יעקב שלום פישער ע"ה.


היינט נאכמיטאג איז די רבי געווען אויף א תפילה ביים ציון הק' פון התנא ר' מאיר בעל הנס אין טבריה

Comments


bottom of page