מיטוואך פ' תצוה - ח' אדר תשפ"ג
קול בחצרות - דעם זונטאג פרשת תצוה האט הגה"צ ר' ברוך אברהם הורוויץ שליט"א ראש ישיבת באבוב אפגעשטאט א באזוך אין די בארימטע סאטמארע ישיבה גדולה אין קווינס, אינאיינעם מיט די עסקנים און גבאים פון אירגון "תורה ומסורה", וועלכע טוען ארויסהעלפן די היימישע ישיבות מיט פארשידענע געלט פראגראמען.
ווי די געזעץ לויטעט דארף יעדע פיר יאר פארקומען א אינספעקשן פון די הויפט פון די ארגענעזאציע צו זיכער מאכן אז די ישיבה טוט טאקע צושטעלן אלעס וואס פעלט זיך אויס, אין שפיץ פון די דעלעגאציע ווערט אלס גערופן איינער פון די גדולי ראשי הישיבות, וועלכע פארוואנדלען דעם באזוך אין א תורה'דיגע אטמאספערע, און קוקן זיך ארום פונדערנאנט אויף די געוואלדיגע כח התורה וואס גייט פאר בין כותלי הישיבה.
נאך וואס אין די פארגאנגענהייט זענען שוין געלאדענט געווארן אין ישיבה הגאון הגדול רבי ירוחם אולשין שליט"א ראש ישיבה ד'לעיקוואד, און הגאון הגדול ר' דוד אלעווסקי זצ"ל ראש ישיבת גור אין אמעריקע, איז אצינד געלאדענט געווארן דער באבובער ראש ישיבה הגה"צ ר' ברוך אברהם הורוויץ שליט"א. דער באבובער ראש ישיבה איז אנגעקומען צום באזוך זונטאג אין די פארמיטאג שעה'ן, וואו ער איז צוערשט אריין אויף א ביקור ביים נשיא וראש הישיבה כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א מהרי''י, א לענגערע צייט האט מען פארברענגט בדברי תורה וחסידות, און דערנאך איז דער באבובער ראש ישיבה אריין אינעם היכל הישיבה, וואו ער האט צוגעזעהן פונדערנאנט די געוואלדיגע כח התורה און קול התורה פון די קרוב צו טויזענט בחורי חמד, ווי זיי לערנען און הארעווען מיט גרויס התמדה.
נאך א שמועס מיט עטליכע מרביצי תורה אין ישיבה, האט דער באבובער ראש ישיבה פארהערט עטליכע בחורים מצויינים, און דערביי אויסגעדרוקט זיין גרויס התפעלות אז אפילו אין א זונטאג צופרי סדר ווען די בחורים זענען אויסגעמוטשעט, זעט מען קע"ה די הונדערטער בחורים זיצן און לערנען מיט התמדה.
דערנאך האט דער באבובער ראש ישיבה אויפגעטרעטן מיט א דרשה אין גרויסן היכל, וואו ער האט צוערשט ארומגערעדט א טיפזיניגע שיעור און פלפול אין די סוגיא וואס די בחורים זענען עוסק אצינד.
שפעטער איז פארגעקומען א ענגע מעמד קבלת פנים און א רייכע מסיבה, וואו דער ראש ישיבה האט פארברענגט א לענגערע צייט מיט די הנהלת הישיבה אין די עסקנים פון תורה ומסורה, אין שפיץ פונעם רבינ'ס זון הגה"צ אב"ד סיגעט שליט"א וועלכער שטייט בראש פון די ישיבה ברוחניות ובגשמיות.
Comentarios