זינטאג פ' בשלח ז' שבט ה'תשפ"ג
בילד קרעדיט boropark 24
קול בחצרות - א ריזן ציבור תשובי בארא פארק אין חסידי קאסוב בפרט ענען זיך צוזאמגעקומען ביים עצרת תפלה והתעוררות וואס איז פארגעקומען פארגאנגענעם דאנערשטאג נאכט אין קאסובע בית המדרש אין בארא פארק, וואו מען האט מתפלל געווען אין איינגעריסן וועלטן לרפואתו השלימה פונעם קאסובער רבי'ן מרן שרגא פייוויש בן מלכה לרפואה שלימה.
די בית המדרש איז געווען איבערגעפולט מלא על כל גדותיו, אויך די ווייבער שוהל איז געווען אנגעפילט מיט אידן, בשעת וואס טויזענטער פרויען איבער די גאנצע וועלט האבן זיך אנגעשלאסן אין די עצרת תפלה דורך א לייוו הוק אפ. צוליב די שווערע געדרענג אין ביהמ"ד זענען פילע אידן אריבערגעגאנגען אקעגן איבער די גאס ביי ביהמ"ד פאלטישאן, וואו אויך דארט האט מען מיטגעהאלטן די עצרת און מיטגעזאגט תהלים בהשתפכות הנפש.
צוערשט האט אויפגעטרעטן דעם רבינ'ס ברודער הגה"צ ר' חיים האגער שליט"א אב"ד זאליטשיק, וועלכער האט אויפגעשטורעמט דעם ציבור צו איינרייסן וועלטן פאר אחיו הגדול דער צדיק הדור. ער האט נאכגעזאגט וואס ער האט געהערט בשם גרויסע צדיקים מגדולי האדמורי"ם בדורינו, אז זיי זענען זיכער דער רבי וועט נאך צוריקקומען בבריאות השלימות און ווייטער פירן די עדה הקדושה מתוך בריות גופא ונהורא מעליא.
אזוי אויך האט ער איבערגעגעבן בשם דעם רבי'ן שליט"א וועלכער האט פערזענליך געבעטן אז יעדער זאל זיך אונטערנעמען א קבלה טובה אין סיי וועלכע ענין אין עבודת השם, און דאס וועט זעכער זיין א זכות פאר א רפואה.
דאן האט הגה"צ ר' מיכל שטיינמעטץ שליט"א דומ"ץ סקווירא ב"פ אויפגעטרעטן מיט קורצע ווערטער, ארומרעדנדיג די ענין אז א צדיק וואס ליידט יסורים איז עס נישט פאר זיך, נאר צוליב די עוונות פונעם ציבור און די ציבור דארף תשובה טון און מפשפש זיין במעשים.דערנאך האט דער גאנצער ציבור געזאגט פרקי תהלים אינאיינעם מיט גרויס התעוררות, דער סקווירא דיין האט פארגעזאגט די קאפיטל פון לדוד מזמור לה' הארץ ומלואה, און אזוי אויך די קאפיטל שיר המעלות ממעמקים מיט א אומבאשרייבליכע התעוררות, דאן האט מען צוגעענדיגט מיט די שלש עשרה מידות של רחמים, און דערנאך האט יעדער געהאט א געלעגנהייט זיך אונטערצונעמען א קבלה טובה לרפואת דעם רבי'ן, און דערביי אריינשרייבן די נאמען אין א ספעציעלע כוללות קוויטל וואס איז איבערגעגעבן געווארן פארן רבי'ן מיט די אלע נעמען.
Kommentare