top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מוויזניץ מאנטריאל וועלכע האט געוויילט אויף שבת אין אתרא קדישא מירון

מאנטאג פ' בשלח ח' שבט ה'תשפ"ג



קול בחצרות - כ''ק האד' מוויז'ניץ מאנטריאל וועלכע האט געוויילט אויף שבת אין אתרא קדישא מירון האט היינט אין לויף פונעם טאג מתפלל געוועהן ביי די מקומות הקודשים אין גליל, נאכמיטאג איז די רבי ארויסגעפארן קיין צפת אין געגאנגען אינעם ארי' הק' מקוה אויפן ארטיגן בית החיים איידערן פוקד זיין די ציונים הק', אין צפת איז דער רבי אויך צוגעפארן אויף א באזוך ביי הגה''צ רבי אליעזר ארנסטר אב''ד מאור חיים צפת


פון דארט האט מען ממשיך געווען די נסיעה קיין טבריה ווי מען האט מתפלל געוועהן ביי די קברי התנאים ואמוראים אין די תלמידי בעל שם אויפן איר אלטן בית החיים אין טבריה, מנחה האט די רבי געדאווענט ביים ציון הק' פון התנא רבי מאיר בעל הנס אין דערנאך איז דער רבי אריבער אויף א באזוך צו כ''ק האד' מתולדות אהרן שליט''א בחדרו הפרטי ביים ציון הק' ווי דער תולדות אהרן רבי האלט זיך אויף דורכאויס די שובבים וואכן, עס איז אנשטאנען א שיינעם שמועס אין דער תולדות אהרן רבי האט ווראעם אנגעוווינטשן דער וויזניצער רבי אין בתו הכלה צו די חתונה בשעה טובה ומצלחת

פון דארט איז מען זיך ארויסגעלאזט קיין ירושלים, אונטערוועגנס האט די רבי שליט''א אפגעשטאט א באזוך כ''ק האד' מקארלין סטאלין שליט''א אין גבעת זאב


שפעטער אויפדערנאכט איז די רבי אנגעקומען צום מעמד קבלת פנים אין וויזניצער ביהמ''ד אויף רחוב אדניהו הכהן אין ירושלים ווי עס איז געוועהן פארזאמלט א שיינעם ציבור אידן, דער רבי שליט''א האט משמיע געוועהן דברות קודש אין מען איז דורך שלום נעמען. פון דארט איז די רבי ארויסגעפארן צום כותל המערבי ווי מען האט געדאווענט מעריב, נאך מעריב האט מען געזינגען ניגוני התעוררות אין די רבי האט גענימען קוויטלעך, ביים כותל האט זיך די רבי אויך באגריסט מיט שאר בשרו הרה''צ רבי וועלוול ארנסטר אב''ד מאור חיים ירושלים


Comentários


bottom of page