top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

תלמידות פון סאטמארע סעמינאר געראטעוועט פון מעגליכע טעראר אטאקע אדאנק עינא פקיחא פון האד' מסאטמאר

מיטוואך פ' תצוה - ח' אדר תשפ"ג


קול בחצרות - חסידי סאטמאר צייכענען צו אן אינטערסאנטע עפיזאד וואס האט זיך דער וואך אפגעשפילט מיט די תלמידות פון סאטמאר'ע סעמינאר אין בני ברק, בסייעתא דשמיא אין א דאנק די עינא פקיחא פון כ"ק האדמו"ר מסאטמאר שליט"א.


זינטיג נאכמיטאג א טאג בעפאר די נסיעה וואס די סעמינאר האט געפלאנט ארויסצופארן מיט די תלמידות נעבן יריחו האט די הנהלה פון די סעמינאר אנגעקלינגען ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר און געבעטן א ברכה ווי דער שטייגער פאר יעדער נסיעה, דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט פארשידענע פרטים ארום די נסיעה און נאך עטליכע מינוט האט דער רבי געזאגט אז ער האט נישט חשק אז מ'זאל פארן צוליב די אנגעצויגענקייט מיט די אראבער.


די הנהלה זענען געווען שאקירט פונעם רבינ'ס אומערוווארטעט'ער ענטפער און מיט שווערע געמיטער האט מען געמוזט איינמעלדן די תלמידות אז די לאנג ערווארטעטע אויספלוג איז בטל געווארן נאך די קלארע הוראת הקודש פון רבי'ן, כאטש די גרויסע געלט פארלוסטן וואס דאס האט מיטגעברעגנט מיט זיך


למעשה, איז נעכטן אין די נאכט שעות פארגעקומען א שוידערליכע טעראר אטאקע, ווען א מוסלעמענער טעראריסט האט געעפענט פייער אויף פארבייפארענדע קאר'ס אויף כביש הערבה נעבן יריחו, ווי די מיידלעך וואלטן זיך געדארפט געפונען, אין געזאלט עטליכע מאל אין טאג דורכפארן דעם שאסיי אין בסייעתא דשמיא אין בזכות דעם רבינס עינא פקיחא, זענען זיי געראטעוועט געווארן פון א מעגליכע טראגעדיע היה לא תהיה.

Comments


bottom of page