top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

יומא דהילולא פון הרה''ק רבי מרדכי שלמה מבאיאן זי''ע געפראוועט בצל נכדו כ''ק האד' מבאיאן שליט''א

מאנטאג פ' תצוה - ו' אדר תשפ"ג

בילד קרדיט שוקי לרר


קול בחצרות - נעכטן זינטיג ה' אדר איז ביי טויזענטער חסידי באיאן איבער די גארער וועלט אפגעצייכנט געווארן די צוויי און פיפציגסטע יומא דהילולא קדישא פונעם צדיק וקדוש רבי מרדכי שלמה מבאיאן זי"ע - און האבן אין דעם טאג מעלה געווען זכרונו הבהיר און געטון פעולות לעילוי נשמתו הטהורה בגנזי מרומים.


מוצאי שב"ק ליל ההילולא האבן זיך די חסידים בכל מקומות מושבותיהם די בכל אתר ואתר, און די תלמידי הישיבות צוזאמגענומען אויף סעודות הילולא אינאיינעם מיט די זקני החסידים וועלכע האבן מעלה געווען עובדות און זכרונות במשנתו הטהורה פונעם בעל ההילולא.


מיט א באזונדערע התרגשות דקדושה האט מען געהאט די זכי' אפצורעכטן די יומא דהילולא בצל הקודש פון נכדו הגדול וממשיך דרכו בקודש כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א, וועלכער האט אפגעראכטן דעם יומא דהילולא מיט א חטיבא אריכתא פון עבודת הקודש, מבואו ועד צאתו.


זינטיג אינדערפרי בעצם יומא דהילולא האט די רבי שליט"א געדאווענט שחרית אינעם גרויסן באיאנער קלויז אין ירושלים אינאיינעם מיט די הונדערטער תלמידי הישיבות הקדושות ווי די רבי שליט"א איז ארויסגעקומען פון דאווען שטוב און געזאגט די קדישים.


ארום 10:30 איז די רבי שליט"א ארויף צום ציון הקדוש במרומי הר הזיתים אין באגלייטונג פון טוינזטער חסידים עדת צאן מרעיתו, וועלעכע זענען געקומען צו פארן פון אלע שטעט, צוליב די גרויסע געדרענג און שטיפעניש וואס האט געהערשט פארלאפענעם יאהר ביים מעמד עלייה לציון, האבן די עסקנים דורכגעפירט איבעפרישונג ארבעט אויפן גאנצן שטח הציון הק' די צו קענען אקומאדירן די שווערע טויזנטער חסידים העולים לציון.


די רבי שליט"א האט אנגעצינדן דער נר תמיד אויפן ציון הק', דאן האט מען אנגעהויבן באמירת פרקי תהילים און די סליחות כנהוג מעורר רחמי שמים זיין, להפקד בדבר ישועה ורחמים, די בעל תפילה הרה"ח ר' שלום ברוך פריזענט האט יורד געווען לפני התיבה, און די רבי האט געזאגט קדיש.


דערנאך האט די רבי שליט"א געלייענט די כוללות קוויטלעך פון די חסידים, און דערנאך האט זיך די רבי משתטח געווען אויפן ציון המצוינת פאר לענגערע מינוטן בדמעות שליש.

נאכן עליה לציון איז די רבי אנגעקומען אין ת"ת חכמת שלמה באשיינען די מעמד לימוד הא-ב לרגל די חלאקה פון א אייניקל א זון פון חתנו הרב פנחס שטערנבוך, היניק מרדכי שלמה וואס טראגט די נאמען פונעם בעל ההילולא.


דורכאויס די נאכמיטאג שעות איז פארגעקומען אינעם גרויסן קלויז א סדר פון פיר שעה ברציפות דורך די טויזנטער תלמידי הישיבות הק' וועלכע זענען געקומען צו פארן פון אלע שטעט אויף א יום שכולו תורה בפקודת הקודש פונעם רבין שליט"א, נאך די געהויבענע סדר הלימוד איז אפגעהאלטן געווארן א אינהאלטסרייכע פאנעל מיט זקני החסידים וואס האבן זוכה געווען זיך מסתופף זיין בצילו הטהור פונעם רבין די בעל ההילולא און האבן מעלה געווען לעכטיגע זכרונות מימי קדם, מנחיל צו זיין פאר די דורות הבאים צדיק מה פעל.


בפניא דמעלי יומא רבה האט זיך די גאנצע ציבור געוואשן צום סעודת ההילולא, צו די בַאשטימטע צייט איז דער רבי שליט"א ערשינען צום עריכת השולחן הטהור לרגל די הילולא קדישא, ביי די אמרי קודש קודש האט די רבי ארומגערעט איבער די חשיבות פון די ישיבות הקדושות, אין בערפארברייטונג צו א מגבית לטובת די ישיבות וואס זענען געווען עיניו ולבו ומיסודו פונעם בעל ההילולא, און די רבי האט אפעלירט צום ציבור אנטייל נעמען אינעם מגבית בעין יפה וברוח נדיבה.


די רבי האט געבענטשט על הכוס אין נאכן בענטשן האט די רבי שליט"א אויפגעטרויטן מיט גאר שארפע דברות הקודש כהכנה צום יו''ט פורים, ווי די רבי שליט"א האט שלא כהרגלו שטארק אנגעזאגט די בחורים זאלן זיך חלילה נישט אנשיכורן דורכאויס די ימי הפורים, די רבי האט צוגעלייגט אז קיינער זאל נישט טייטשן זיינע ווערטער אזוי צו אזוי, נאר כפשוטו מזאל נישט טרינקען!


ביים טיש האט זיך אויך באטייליגט הגה"צ ר' שריהו יונה טווערסקי אב"ד טריסק מאנטריאל, און נאכן טיש האט זיך די רבי באטייליגט ביים שמחת השבע ברכות לבתו הכלה וואס איז פארגעקומען אין די סקווירא זאל אין ירושלים.




Comments


bottom of page